(די 4 טע זײַט פֿון 4)
אין דער „אַלטער היים‟ זענען ס׳רובֿ ייִדן געווען אָרעמע בעל־מלאָכות, און נאָר אַ קליינער טייל איז געוואָרן רײַך. אין אַמעריקע איז דאָס בילד פּונקט פֿאַרקערט: די ייִדן אין אַמעריקע זענען די סאַמע רײַכטסע עטנישע אָדער רעליגיעזע גרופּע לויטן דורכשניטלעכן לוין. 46% פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישער משפּחות פֿאַרדינען מער ווי 100,000 דאָלאַר אַ יאָר. די צאָל אָרעמע ייִדישע משפּחות, די וואָס פֿאַרדינען ווייניקער פֿון 30,000 דאָלאַר אַ יאָר, באַטרעפֿט בלויז 14% (אַקעגן אַ נאַציאָנאַלן דורכשניט פֿון 31%).
ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער ייִדישע אינסטיטוציעס אַרבעטן לויטן פּרינציפּ, אַז מע קען באַצאָלן אַ סך געלט, כּדי אָנטיילצונעמען אין זייערע פּראָגראַמען. די ייִדישע טאָגשולן, למשל, מאָנען אָפֿט אַזוי פֿיל געלט ווי די אוניווערסיטעטן, און די זומער־לאַגערן מאָנען אַפֿילו נאָך מער, ווען מע רעכנט לויט די הוצאָות פֿון איין טאָג. עס קאָסט, געוויינטלעך, אַ סך געלט צו ווערן אַ מיטגליד פֿון אַ שיל.
די איצטיקע שפּאַלטונג צווישן אָרעם און רײַך פֿילט מען, אָבער, ניט בלויז צוליב דעם, וואָס אַ סך ייִדישע משפּחות קענען פּשוט זיך ניט פֿאַרגינען פֿינאַנציעל אָנטיילצונעמען אינעם אָרגאַניזירטן ייִדישן לעבן, נאָר אויך אין דער איצטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור; אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן פֿון ניט פֿאַרמעגלעכע משפּחות פֿילן זיך פּשוט אָפּגעפֿרעמדט פֿון די רײַכערע ייִדן. אַפֿילו מיט די סאַמע בעסטע כּוונות פֿאַרשטייען ניט אַ סך מענטשן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין די ניט־אָרעמע משפּחות (שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאַרמעגלעכע היימען), ווי גרינג עס איז צו מאַכן אומבאַקוועם אַנדערע, וואָס שטאַמען ניט פֿון אַזעלכע משפּחות.
דער ענין ווערט אַלץ וויכטיקער צוליב דעם, וואָס די שפּאַלטונג צווישן אָרעם און רײַך ווערט אַלץ גרעסער אין אַמעריקע, און אַ סך קינדער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אינעם מיטעלן־קלאַס פֿאַלן איצט אַראָפּ צו די נידעריקע שטאַפּלען. די צאָל אָרעמע ייִדן וואַקסט אויך, צוליב דעם מעכטיקן צוווּקס פֿון די פֿרימסטע ייִדן, וואָס זייערע קהילות פֿאַרמאָגן צענדליקער טויזנטער אָרעמע משפּחות. די קומענדיקע יאָרן וועט מען ניט בלויז אַרומרעדן ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דאַרפֿן רעאַגירן אויף דער וואַקסנדיקער ייִדישער אָרעמקייט; די אַמעריקאַנער ייִדישע קולטור וועט אָדער זיך בײַטן, אָדער זי וועט ווערן אין גאַנצן צעשפּאָלטן צווישן אָרעם און רײַך. און מע וועט, ליידער, וועגן דעם אויך, פֿירן הייסע וויכּוחים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.