(די 3 טע זײַט פֿון 4)
אויב מדינת־ישׂראל איז אַ באַשײַמפּערלעכער אויסקלײַב, איז די פּראָבלעם פֿון ברית־מילה קוים אַרויף אויפֿן סדר־היום בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. ניט געקוקט אויף דעם, מיין איך, אַז ס׳וועט אין גיכן אויסברעכן אַ הייסער וויכּוח.
די אָפּאָזיציע מצד געוויסע ייִדן צו ברית־מילה האָט שוין אַ 2,500־יאָריקע געשיכטע. די חשמונאים האָבן בעת זייער אויפֿשטאַנד דערהרגעט אַ סך ייִדן, צוליב דעם, וואָס זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו מלען זייערע זין. אין די 1800ער יאָרן האָבן אַ סך דײַטשיש-רעדנדיקע ייִדן ניט געהאַלטן פֿונעם מינהג; טעאָדער הערצל, למשל, האָט אים עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט. אין פּוילן האָבן געוויסע ייִדישע שרײַבער, בראָש מיט שלום אַש, אַטאַקירט ברית־מילה אין 1913 אין דער ייִדישער פּרעסע. איז עס באמת ניט קיין נײַע דערשײַנונג.
אין אַמעריקע, אָבער, איז דער מצבֿ גאַנץ אַנדערש; שוין 120 יאָר ווערן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִנגעלעך געמלט צוליב מעדיצינישע, אָדער בעסער געזאָגט, קאָסמעטישע סיבות. צו מלען אַ זון איז אַ נאָרמאַלער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער: דעריבער פֿלעגן ניט קיין סך פֿרײַע און רעפֿאָרמער ייִדן צו פֿיל טראַכטן וועגן דעם.
די לעצטע 15 יאָר, אָבער, האָבן ניט ווייניק אַמעריקאַנער זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפּעראַציע, ווי אַ רוטינער מעדיצינישער מיטל. זיי האַלטן, אַז ס׳איז פּשוט ניטאָ קיין שׂכלדיקע מעדיצינישע סיבֿה, אָפּצונעמען בײַ אַ נײַ־געבוירן קינד אַ טייל פֿון זײַן אבֿר. אַ קליינע, אָבער וואַקסנדיקע צאָל אַמעריקאַנער האַלטן אויך, אַז די פּראָצעדור בכלל איז עובֿר אויף די מענטשלעכע רעכט פֿונעם קינד, ווײַל עס גיט אים ניט קיין מעגלעכקייט צו באַשטימען דעם גורל פֿונעם אייגענעם קערפּער. אַזאַ מיינונג איז הײַנט אַ מאַרגינעלע, אָבער זי ווערט מער און מער פֿאַרשפּרייט. מע הערט הײַנט פֿון אַ סך מער מענער, טענות צו דעם, הלמאי מע האָט זיי געמלט; זיי האַלטן, אַז די פּראָצעדור טראָגט מיט זיך נעגאַטיווע סעקסועלע בײַ־עפֿעקטן.
די פֿרומע ייִדן וועלן, פֿאַרשטייט זיך, ניט אויפֿהערן ווײַטער צו מלען זייערע זין אָבער געוויסע ליבעראַלע ייִדן וועלן אים אָפּוואַרפֿן צוליב נײַ־פֿאַרשפּרייטע עטישע פּרינציפּן. דערפֿאַר, וועט עס אַרויסרופֿן אַ הייסן וויכּוח אויף דער ייִדישער גאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.