נישט אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ!

Anywhere But on the Warsaw Ghetto Site!

שׂימחה רותּם, איינער פֿון די לעצטע געבליבענע קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ, שרײַבט אונטער דעם עפֿנטלעכן בריוו, פּראָטעסטירנדיק קעגן דעם באַשלוס צו שטעלן דעם מאָנומענט אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, דעם 21סטן יאַנואַר, וואַרשע.
שׂימחה רותּם, איינער פֿון די לעצטע געבליבענע קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ, שרײַבט אונטער דעם עפֿנטלעכן בריוו, פּראָטעסטירנדיק קעגן דעם באַשלוס צו שטעלן דעם מאָנומענט אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, דעם 21סטן יאַנואַר, וואַרשע.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

עטלעכע פֿון די שטאַרקסטע קריטיקער פֿון אויפֿשטעלן דעם מאָנומענט אויפֿן אָרט פֿון דער געטאָ זענען אַפֿילו נישט קיין ייִדן. באַרבאַראַ ענגעלקינג, די דירעקטאָרין פֿונעם „פּוילישן צענטער פֿון חורבן־פֿאָרשונג‟ בײַ דער „פּוילישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע‟, איז געווען איינע פֿון די, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן אַ פֿריִערדיקן עפֿנטלעכן בריוו, אין אַפּריל 2013, קריטיקירנדיק דעם באַשלוס.

„די דאָזיקע געציילטע גאַסן און פּלעצער זענען אַ טייל פֿון אַן אייגנאַרטיקן ׳שטח פֿון שטילשווײַגן׳, וווּ די ייִדישע ליידן, נישט די פּוילישע העלדישקייט, דאַרפֿן אָפּגעמערקט ווערן,‟ איז געשטאַנען אין דעם בריוו. ענגעלקינג האָט אויך אָנגעשריבן אַן עסיי אין דער גרעסטער פּוילישער צײַטונג, „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, דערקלערנדיק: „אַרום דעם מוזיי מוז הערשן אַ שטח פֿון שטילשווײַגן, געווידמעט די אַמאָליקע ייִדן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, וווּ ייִדן האָבן געפֿירט ליבעס, געדאַוונט און זענען דערמאָרדעט געוואָרן אויף אַ גרויליקן אופֿן.‟ איר אויסדרוק „שטח פֿון שטילשווײַגן‟ איז שוין געוואָרן אַ לאָזונג בײַ די, וועלכע רופֿן צו שטעלן דעם מאָנומענט פֿאַר די פּוילישע העלדן אויף אַן אַנדער אָרט.

„איך בין נישט קעגן דעם, מע זאָל אָפּמערקן די מענטשן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן, אָבער דער גאַנצער ענין איז באַשלאָסן געוואָרן דורכן פּוילישן פּרעזידענט און דער וואַרשעווער בירגער־מײַסטערין, אָן שום באַראַטונג מיט דער ייִדישער קהילה,‟ האָט יאַן גראַבאָווסקי, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר בײַם „אָטאָווער אוניווערסיטעט‟ אין קאַנאַדע, דערקלערט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟. „די צרה איז, אַז דער מאָנומענט וועט זיכער אויסגעניצט ווערן ווי אַ מיטל אויסצומײַדן די געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן.‟

גלײַכצײַטיק מיט דעם בוי־פּראָיעקט, ווערט אויך פּלאַנירט אַ צווייטער מאָנומענט צו באַערן די פּוילישע ראַטירער, מיט אַ האַלבן מײַל אַוועק, לעבן דעם „קלויסטער פֿון די הייליקע‟. די שטיצער פֿון יענעם מאָנומענט זאָגן זייער אָפֿן, אַז דער ציל איז צו „פֿאַרריכטן די געשיכטע‟ וועגן די פּוילישע ראַטירער, דורך אײַנגראַווירן די נעמען פֿון 10,000 פּאָליאַקן, וועלכע האָבן כּלומרשט געראַטעוועט ייִדן. („יד־ושם‟ רעכנט בלויז אויס 6,454 פּוילישע ראַטירער!) דער פּוילישער פּרעזידענט און וואַרשעווער בירגער־מײַסטער האָבן זיך אָבער דערווײַטערט פֿון יענעם פּראָיעקט, ווײַל ער ווערט אָנגערפֿירט דורך יאַן זאַרין — אַן עקסטרעם־רעכטער נאַציאָנאַליסט, וועלכער האָט נישט איין מאָל פֿאַרדאַמט יאַן גראָס, דער ייִדישער היסטאָריקער פֿונעם פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, וועלכער האָט דאָקומענטירט די ראָלע, וואָס די פּאָליאַקן האָבן געשפּילט ווי נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן. אַגבֿ, גראָס קריטיקירט שטאַרק דעם פּלאַן צו בויען דעם מאָנומענט פֿאַר די פּוילישע ראַטירער אויפֿן אָרט פֿון דער געטאָ.

גראַבאָווסקי, וועלכער האָט אין 2014 געוווּנען די אינטערנאַציאָנאַלע ביכער־פּרעמיע פֿון „יד־ושם‟ פֿאַר זײַן בוך, „דאָס אויסזוכן די ייִדן: פֿאַרראַטונג און מאָרד אין דײַטש־אָקופּירטן פּוילן‟, זאָגט, אַז „דער פּלאַץ פֿון דער וואַרשעווער געטאָ דאַרף בלײַבן אַ הייליק אָרט פֿון ייִדישן אָנדענק; און נישט קיין מיטל צו ׳פֿאַרקויפֿן׳ אַ סימפּאַטישן אימאַזש פֿון פּוילן אין אויסלאַנד. אויב מע וועט דאָרט בויען דעם מאָנומענט, וועט עס שאַפֿן אַ מין ׳סאַניטאַרישן קאָרדאָן׳ פֿון פּוילישן אָנדענק אויף יענער טעריטאָריע, און וועט דינען ווי אַ מיטל צו ׳באַשיצן׳ דעם עולם פֿון מעגלעכע ׳באַליידיקנדיקע׳ באַשולדיקונגען, וואָס זיי וועלן אפֿשר טרעפֿן אינעם מוזיי.‟