(די 4 טע זײַט פֿון 4)
„צום באַדויערן, האָט מען אַ סך פֿון די פּוילישע חסידי־אומות־העולם נישט געפֿונען, ווײַל אַפֿילו די עדות זענען שוין אויסגעשטאָרבן,‟ האָט עלבאַום געזאָגט. דערצו זענען אַ סך פֿון די העלדן נישט געווען שטאָלץ פֿון זייערע מעשׂים. אַפֿילו איר מאַמעס ראַטירער האָבן עס יאָרן לאַנג נישט דערציילט זייערע שכנים.
„די פּשוטע פּאָליאַקן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן האָבן זיך געשראָקן פֿאַר זייערע אייגענע שכנים און פֿאַר די פּוילישע פּאַרטיזאַנער, וועלכע האָבן אָפֿט באַטראַכט דאָס באַהאַלטן און העלפֿן ייִדן ווי אַ נישט־פּאַטריאָטישע אַקציע,‟ האָט גראַבאָווסקי דערקלערט. די מורא, וואָס די אַנדערע פּאָליאַקן וועלן זאָגן אָדער טאָן צו זיי, האָט גענייט אַ סך פֿון די ראַטירער צו באַהאַלטן דעם סוד אַפֿילו נאָך דער מלחמה.
נישט געקוקט אויף איר טיפֿער סימפּאַטיע צו די פּוילישע חסידי־אומות־העולם, האַלט עלבאַום אָבער אויך, אַז דער מאָנומענט פֿאַר די פּוילישע ראַטירער מוז געשטעלט ווערן אויף אַן אַנדער אָרט. „דאָס אײַנפֿירן אַ קאָנטער־נאַראַטיוו אויף דעם דאָזיקן שטח איז דער אָנהייב פֿון רעוויזירן די געשיכטע,‟ האָט זי דערקלערט.
עלבאַום האָט ציטירט הרבֿ יוסף פּאָליאַק, אַ לעבן־געבליבענער פֿון חורבן און מחבר פֿונעם בוך, „נאָכן חורבן קלינגען ווײַטער די גלעקער‟, וועלכער האָט דערקלערט: „במשך פֿונעם חורבן זענען אין פּוילן געווען מער חסידי־אומות־העולם ווי אין אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, און מע טאָר דאָס נישט פֿאַרגעסן. אין פּוילן זענען אויך אומגעקומען מער ייִדן ווי אין אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, און דאָס טאָר מען אויך נישט פֿאַרגעסן. די דאָזיקע ציפֿערן און די פֿענאָמענען, וואָס זיי רעפּרעזענטירן, מוזן אָבער אויף אייביק בלײַבן באַזונדער. באַלד ווי מע וועבט צונויף די צוויי קוקווינקלען, וועט איינער במילא סותר זײַן דעם צווייטן, און וועט אומזיסט שאַפֿן אַן אומדערטרעגלעכע צוויי־טײַטשיקייט.‟
אַ מאָל הערט הרבֿ פּאָלאַק דעם אַרגומענט, אַז אין „יד־ושם‟ געפֿינט זיך שוין אַ מאָנומענט לזכּרון די קרבנות פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויפֿן זעלבן אָרט ווי אַ מאָנומענט פֿאַר די חסידי־אומות־העולם, און קיינער פּראָטעסטירט עס נישט. „דאָס איז אמת,‟ זאָגט ער זיי. „אָבער ׳יד־ושם׳ איז אַ דאָקומענטאַציע־צענטער, נישט קיין אָרט פֿון פֿאַרטיליקונג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.