(די 3 טע זײַט פֿון 4)
דער באַשלוס דאָרט צו שטעלן דעם מאָנומענט, וואָס גראַבאָווסקי באַצייכנט איראָניש ווי „דער דענקמאָל פֿון די דאַנקבאַרע ייִדן‟, איז פֿאַקטיש „די איינציקע פּלאַטפֿאָרמע הײַנט אין פּוילן, וואָס פֿאַראייניקט די רעכטע מיט די לינקע. דאָס פּוילישע פֿאָלק קאָן איצט קוקן אויף זײַן פֿאַרגאַנגענהייט מיט שטאָלץ און פֿרייד,‟ האָט ער באַמערקט.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער מענטש, וועלכער פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט צו בויען דעם מאָנומענט לעבן דעם מוזיי, איז אַליין אַ ייִד: דער ניו־יאָרקער פֿילאַנטראָפּ און לעבן־געבליבענער פֿון חורבן, זיגמונד ראָלאַט. אין אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, האָט ראָלאַט דערקלערט, אַז אויב מע וועט בויען דעם מאָנומענט ערגעץ אַנדערש־וווּ, „וועט בלויז אַ קליינע צאָל מוזיי־באַזוכער אים זען און וויסן וועגן יענע העלדן.‟
„ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויסע לאָגיק צו פֿאַרבינדן דעם מאָנומענט מיטן מוזיי, אָבער נעמענדיק אין באַטראַכט די טיפֿע עמאָציעס, וואָס דער ענין רופֿט אַרויס, איז בעסער עס נישט צו טאָן,‟ האָט דזשאָן פּאַווליקאָווסקי, אַ גלח און פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאַלער עטיק בײַם „קאַטוילישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ אין שיקאַגע געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. ער האָט דערמאָנט, אַז אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ שטייט שוין סײַ־ווי יאָרן לאַנג אַ דענקמאָל, געווידמעט די פּוילישע ראַטירער: דער „זעגאָטאַ‟־מעמאָריאַל, וואָס מערקט אָפּ די אַקציעס פֿונעם „זעגאָטאַ‟־קאָמיטעט — אַ גרופּע קריסטן, ייִדן און סאָציאַליסטן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן, בפֿרט די ייִדישע קינדער, פֿון די נאַציס דורכן געפֿינען פֿאַר זיי באַהעלטענישן אויף דער אַרישער זײַט. דער מאָנומענט האָט אָבער קיין מאָל נישט אַרויסגערופֿן קיין מחלוקת, ווײַל ער איז קליין און אומבאַשיידן. „מע האָט דעם מאָנומענט איגנאָרירט, ווײַל דער ‘זעגאָטאַ׳־קאָמיטעט האָט נאָך דער מלחמה געשטיצט די קאָמוניסטישע רעגירונג,‟ האָט ער געזאָגט.
פּאַווילקאָווסי, אַ געוועזענער מיט־פֿאָרזיצער פֿונעם אַמאָליקן „פּויליש־אַמעריקאַנער ייִדיש־אַמעריקאַנער ראַט‟, האַלט נישט, אַז די פּוילישע רעגירונג וויל טאַקע „נייטראַליזירן‟ די ייִדישע דימענסיע פֿונעם חורבן, אָבער ער פֿאַרשטייט פֿאַר וואָס די ייִדישע קהילה זאָרגט זיך פֿאַר דעם. אין 2006 איז ער בײַגעווען בײַ דער רעדע פֿונעם פּויפּסט בענעדיקט אין אוישוויץ־בירקענאַו, וווּ כּמעט אַלע לעבן־געבליבענע אין עולם זענען געווען פּאָליאַקן. אַ פּנים, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿאַרגעסן, אָדער זיך געפֿוילט, צו פֿאַרבעטן די ייִדישע לעבן־געבליבענע ביז דער לעצטער מינוט, און אַפֿילו דעמאָלט — נישט סובסידירט זייער רײַזע, כאָטש זיי זענען אַלע געווען אַלטע לײַט און האָבן געוווינט אין אויסלאַנד.
„פּלוצעם זענען די אָרגאַניזאַטאָרן אַרײַן אין אַ פּאַניק: ׳גיך, מיר דאַרפֿן פֿאַרבעטן עטלעכע ייִדישע לעבן־געבליבענע!׳ ס׳האָט, אַוודאי, געמאַכט דעם אײַנדרוק, אַז קיין גרויסן חשק זיי צו פֿאַרבעטן איז דאָרט נישט געווען,‟ האָט פּאַווליקאָווסקי געזאָגט.
לילקע עלבאַום, אַ ייִדיש קינד פֿון די לעבן־געבליבענע, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין לאָדזש און וווינט הײַנט אין באָסטאָן, האָט געזאָגט, אַז זי טוט אַלץ מעגלעכס אויסצוזוכן די פּוילישע חסידי־אומות־העולם און זיי באַערן ווי געהעריק. אַ פּוילישע משפּחה האָט באַהאַלטן איר אייגענע מאַמע בײַ זיך אין שײַער אינעם שטעטל, קליין ביאַלע (אויף פּויליש: ביאַלאַ ראַווסקאַ). נאָך דער מלחמה האָבן אירע עלטערן טאַקע אָנגעהאַלטן אַ וואַרעמע פֿאַרבינדונג מיט דער מאַמעס פּוילישע ראַטירער. איצט, אַז די לעבן־געבליבענע זענען שוין מער נישטאָ, האַלטן זייערע קינדער און אייניקלעך נאָך אַלץ אָן קאָנטאַקטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני איז עלבאַום בײַגעווען בײַ אַ צערעמאָניע אין וואַרשע, צו באַערן אַ פּוילישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.