(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די טעג ווערט הינטער מאָסקווע אין אַ דערפֿל „גאָליצינאָ‟ אַדורכגעפֿירט די יערלעכע ווינטער־קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים, אָרגאַניזירט פֿונעם צענטער „ספֿר‟, וואָס שטיצט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דאָס לערנען זיי אין אוניווערסיטעטן. לויט דער רשימה פֿון טעמעס קען מען פֿאַרגלײַכן די „ספֿר‟־קאָנפֿערענצן מיט די קאָנפֿערענצן פֿון „איי־דזשיי־עס‟ — אַן אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע לימודים — פֿון תּנ”כישער אַרכעאָלאָגיע ביז מדינת־ישׂראל; און פֿון לינגוויסטיק ביז עקאָנאָמיע און פּאָליטאָלאָגיע. עס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויך עטלעכע רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער ליטעראַטור: וואַלערי דימשיץ האָט דערציילט וועגן ישׂראל ראַבאָנס ראָמאַן „די גאַס‟; גאַלינאַ עליאַסבערג האָט געווידמעט איר רעפֿעראַט דעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער טענעראָמאָ (ישׂראל פֿײַנבערג), און אירינאַ שיכאָוואַ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די ייִדישע שרײַבער פֿון סאָוועטישער בעסאַראַביע.
דעם 4טן פֿעברואַר, הייבט זיך אָן אַ ווינטער־פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים פֿאַר סטודענטן, דאָקטאָראַנטן און יונגע געלערנטע.
די וואָך איז אין מאָסקווע, אינעם צענטער פֿון מאָדערנער קונסט, פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג פֿון מאָלערײַ פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם צווייטן רוסישן אַוואַנגאַרד. דעם 29סטן יאַנואַר האָט מען פּרעזענטירט אַ נײַע אויסגאַבע, „טעקסטילשטשיקי: געסט־העפֿטן פֿון מיכאַיִל גראָבמאַן, 1964—1971‟ — 18 העפֿטן מיט אויטאָגראַפֿן פֿון גראָבמאַנס חבֿרים, טוער פֿון אומפֿאָרמעלער סאָוועטישער קונסט. דערנאָך האָט מען אויסגעשטעלט די ווערק פֿון גראָבמאַן ווי אויך פֿון די קינסטלער, וואָס ווערן דערמאָנט אין גראָבמאַנס העפֿטן: איליאַ קאַבאַקאָוו, מיכאַיִל ראָגינסקי, באָריס טורעצקי, עדואַרד שטיינבערג, עריק בולאַטאָוו, פֿראַנסיסקאָ אינפֿאַנטע און אַנדערע. די אויסשטעלונג איז געווען זייער קורץ; זי האָט געדויערט בלויז 4 טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.