די קינדער פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן קען מען צעטיילן אויף צוויי גרופּעס: די וואָס זייערע עלטערן אָדער באָבע־זיידע האָבן זיי גאָרנישט דערציילט וועגן יענער גרוילעכער צײַט, און די וואָס מע האָט זיי פּרטימדיק איבערגעגעבן (און אין געוויסע פֿאַלן, שטאַרק איבערגעחזרט), אַלץ וואָס ס׳איז מיט זיי געשען.
איך בין פֿון דער ערשטער קאַטעגאָריע. ווען איך פֿלעג שטעלן פֿראַגעס דעם טאַטן, וואָס איז מיט זײַן מאַמע און שוועסטער געשען, פֿאַרשפּאַרט אין דער טשערנעוויצער געטאָ, האָט ער מיר תּמיד געענטפֿערט, אַז ער געדענקט גאָרנישט, ווײַל ער איז געווען צו יונג. ס׳איז מיר געווען קלאָר, אַז די טעמע האָט אים פּשוט פֿאַרשאַפֿן צו פֿיל ווייטיק.
עליזה אָגעסטין און דזשאַנעט ר. קירשהײַמער זענען אָבער פֿון דער צווייטער קאַטעגאָריע. במשך פֿון זייערע קינדער־יאָרן און דערוואַקסענעם לעבן, האָבן זייערע נאָענטע קרובֿים זיי יאָ דערציילט, וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט זיי און מיט די אַנדערע משפּחה־מיטגלידער. ביידע פֿרויען פֿילן הײַנט אַ פּערזענלעך שליחות צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן — אָבער נישט סתּם צו דערציילן די געשיכטעס, נאָר זיי צו שילדערן דורך קונסט: אָגעסטין טוט עס דורך פֿאָטאָגראַפֿיע, און קירשהײַמער — דורך פּאָעזיע און פֿילם.
די צוויי פֿרויען האָבן זיך באַקענט מיט צוויי יאָר צוריק אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון Second Generation [דער צווייטער דור] — אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר די קינדער פֿון לעבן־געבליבענע. זיי האָבן פֿאַרפֿירט אַ שמועס, ווי אַזוי זיי וואָלטן געקאָנט קאָמבינירן זייערע טאַלאַנטן צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן פֿאַר די ווײַטערדיקע דורות. די רעזולטאַטן פֿון זייער קאָלאַבאָראַציע קען מען איצט זען אין זייער ערשטער בשותּפֿותדיקער אויסשטעלונג, How to Spot One of Us [ווי איר קענט לײַכט דערקענען איינעם פֿון אונדז].
דינסטיק, דעם 10טן פֿעברואַר וועט פֿאָרקומען די אָפֿיציעלע עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג (//www.kean.edu/~gallery/Current.html), וואָס געפֿינט זיך אין דער גאַלעריע פֿונעם „מענטשנרעכט־אינסטיטוט‟ אין קיין־אוניווערסיטעט, אין יוניאָן, ניו־דזשערזי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.