גראַפֿאָמאַניע ווי אַ קירובֿ־מעטאָד

Compulsive Writing as an Outreach Tool

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 12, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

אַן אַנדער מוסטער פֿון גראַפֿאָמאַניע זענען די 22 געפֿערלעך איבערגעחזרטע פּירושים אויף פּרקי־אָבֿות. ס׳רובֿ דיקע ספֿרים פֿונעם מוהראָ״ש שטעלן מיט זיך פֿאָר זאַמלונגען אָדער איבערפֿראַזירונגען פֿון די בראָשורן.

די טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער חסידים גלייבן, אַז נאָך רבי נחמנס טויט אין 1810 ביז משיחס צײַטן וועט נישט זײַן קיין אַנדער צדיק פֿון אַזאַ גרייס; משיח אַליין מוז זײַן אַן אָפּשטאַמלינג און אַ גילגול פֿונעם רבין. די אַנדערע חסידים האָבן אָפֿט קריטיקירט די בראַצלעווער פֿאַר אַנאַרכיסטישע טענדענצן, ווײַל זיי זאָגן זיך אָפּ צו אָנערקענען די לעבעדיקע מנהיגים און באַציִען זיך צו זיי אָפֿט מיט אַ סאַרקאַסטישן חשד.

להיפּוך, האָט דער מוהראָ״ש זיך אויפֿגעפֿירט דווקא ווי אַ כאַריזמאַטישער גורו, אַ מין נײַער בראַצלעווער רבי. אין קאָנטראַסט מיט די טיפֿע און פֿילזײַטיקע קלאַסישע בראַצלעווער ספֿרים, קלינגען זײַנע קונטרסים טאַקע ווי דרשות פֿון אַ טיפּישן אַמעריקאַנער גאַסן־פּרעדיקער. ווען איך פֿאָר פֿון סטאַטען־אײַלענד קיין מאַנהעטן, הער איך כּסדר היציקע מיסיאָנערן, וואָס באַנוצן זיך ממש מיט די זעלביקע אייביק איבערגעחזרטע לשונות און נודנע טענות קעגן דעם „מבול פֿון אוממאָראַלישקייט‟, וואָס הערשט אויף יעדן שריט און טריט אין דער הײַנטיקער וועלט.

פּראָפֿ׳ דוד אסף, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון חסידות אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איז מיט צוויי יאָר צוריק אויפֿגעטראָטן אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ ספּעציעלער לעקציע וועגן הרבֿ שיקס גראַפֿאָמאַניע און אומאָריגינעלקייט.

אַזוי צי אַזוי, האָט הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו פּאָפּולאַריזירן בראַצלעוו — איינע פֿון די טיפֿסטע, שענסטע און דערהויבנסטע שיטות אין ייִדישקייט. אַפֿילו טויזנטער וועלטלעכע ספֿרדישע ייִדן גלייבן הײַנט, אַז צו טראָגן אַ קייטל מיט אַ פּאָרטרעט פֿונעם מוהראָ״ש מיט עפּעס אַן אויסדרוק פֿון רבי נחמנען איז אַ וווּנדערלעכע סגולה, און אַז ראָש־השנה דאַרף מען פֿאַרברענגען אינעם אַשכּנזישן אוקראַיִנישן שטעטל אומאַן.

עס באַקומט זיך, אַז דעם נודנעם גראַפֿאָמאַנישן סטיל קאָן מען צומאָל קאָמפּענסירן מיט דער ריזיקער עמאָציאָנעלער ענערגיע, מיט וועלכער הרבֿ שיק האָט ממש געשפּרודלט. אינעם נײַעם פּרק פֿון דער קאָמפּליצירטער בראַצלעווער געשיכטע וועלן מיר שוין זען, וואָס פֿאַר אַ פּירות וועלן אַרויסקומען פֿון זײַן ריזיקער גראַפֿאָמאַנישער ירושה.