(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אָט פֿון דעם געמיש פֿון בענקשאַפֿט און פֿון שרעק, פֿון סאָלידאַריטעט און פֿון אומצוטרױ גייט אָן אין פֿראַנקרײַך עד-היום די פֿאַרבינדונג צװישן ספֿרדישע ייִדן און אַראַבישע מוסולמענער. אַרמאַן אַבעקאַסיס איז אַ שרײַבער און אַ פֿילאָזאָף; אַ געבױרענער אין קאַסאַבלאַנקאַ, מאַראָקאָ, איז ער גוט באַקאַנט אין דער פֿראַנצױזישער ייִדישער קהילה פֿאַר זײַן אַרבעט װעגן דער רעליגיעזער קלערונג פֿון יודאַיִזם. אין מײַן טעלעפֿאָנישן שמועס פֿאַרן „פֿאָרװערטס‟ האָט ער געזאָגט: „אין צפֿון־אַפֿריקע האָט געהערשט אַן אומצוטרױ צווישן די ייִדן קעגן די מוסולמענער, אַפֿילו װען ס׳איז נישט געװען קײן אמתע סיבה דערפֿאַר. מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז עס האָט שטיל געברענט אַ קעגנזײַטיקער ביטול. אין מאַראָקאָ (און אויך אין פֿראַנקרײַך, ווי ס‘האָט אונדז פֿריִער דערקלערט מישעל אַסון), פֿלעגן די אַראַבער כּסדר צוגעבן אין אַ שמועס דעם אױסדרוק ׳נישט צו באַלײדיקן׳ נאָכן װאָרט, ׳יאַהוד׳ (ייִד), װי דאָס װאָרט אַליין װאָלט געװען אַ שמוציקס. אױכעט די ייִדן האָבן די מוסולמענער פֿאַראַכט אין אַ װעג, װאָס מען מוז פֿאַרדאַמען. הײַנט־צו־טאָג אין פֿראַנקרײַך רעדט אַ ספֿרדישער ייִד קעגן די מוסולמענער גאָר אַנדערש װי אַן אַשכּנזישער. דער לעצטער קאָן פּשוט מורא האָבן פֿאַרן אַראַבער; נאָר די געדיכטקײט פֿון דער ספֿרדישער פֿײַנטשאַפֿט קעגן דעם מוסולמענער װעט זײַן אינטענסיװער. אַװדאי, נישט אין אַלע משפּחות איז געװען דאָס זעלבע. רעספּעקט האָט מען אױכעט געקאָנט געפֿינען“.
הײַנט אין דער פֿראַנצױזישער רעפּובליק, זענען די באַציִונגען צװישן ייִדן און מוסולמענער אַ סך אַנדערש געװאָרן. דער יונגער דור איז שוין דאָ געבױרן געװאָרן, נישט אין אַפֿריקע. די יונגע מענטשן האָבן עטלעכע אָפּשאַצונגען — אײן צד װעגן דעם צװײטן. די ייִדישע יוגנט האָט געהערט פֿון זײערע טאַטעס און זײדעס סײַ אויסגעטראַכטע מעשׂיות װעגן די „גאָלדענע יאָרן‟, װען אַלע האָבן צוזאַמען געלעבט בשלום, סײַ אַן היפּוך דערפֿון — רציחהדיקע פּיטשעווקעס. עס זענען פֿאַראַן אַ פּאָר אַסאָציאַציעס, װעלכע פּראָבירן צו קעמפֿן קעגן די פֿאָראורטלען.
פּיער לװי פֿון דער שטאָט שטראַסבורג, אין מיזרח פֿראַנקרײַך, אױף דער גרענעץ מיט דײַטשלאַנד, גיט אונדז צו פֿאַרשטײן זײַן אַקטיװיטעט: „פֿאַר אַ יעדער זאַך, איז דאָ אַן אָנהײב. אמת, עס גײט בײַ אונדז נישט זײער גיך. אונדזער ציל איז צו אַרבעטן, כּדי דער קומענדיקער דור זאָל װערן מער אַ רעפּובליקאַנישער; ער זאָל גרײט זײַן צו לעבן רויִק מיט יעדן אײנעם. דאָס איז אַ שװערע אַרבעט און אַ לאַנגע. נישט מיטאַמאָל װעט זיך עס אונדז אײַנגעבן. לױט מיר איז עס אַ װיכטיקע זאַך נישט בלויז פֿאַר ייִדן און מוסולמענער בפֿרט, נאָר פֿאַרן לאַנד בכלל.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.