(די 3 טע זײַט פֿון 4)
װאָס געשעט גענױ, װען ער קומט און שטעטל מיט זײַן אױטאָבוס? „מיר רעדן מיט די יונגע לײַט װאָס קומען צו אונדז. יאָ, אמת, אַ מאָל הערט מען נישט אײַנגענעמע װערטער, אָבער רציחהדיקע געשעענישן בלײַבן אַ זעלטענע זאַך. מיר פּראָבירן צו רעדן װעגן פּאָזיטיװע ענינים. װעגן דעם, װאָס מיר טײלן איינער דעם אַנדערן. אַװדאי, איז די פֿראַגע פֿון דער קריג צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער שטענדיק אַ ברענענדיקע און אַן אויפֿגעריסענע באָמבע. מיר רעדן נישט װעגן דעם. מיר זענען דאָ אין פֿראַנקרײַך. אונדזער פּונקט איז, אַז יונגע לײַטן זאָלן זיך לערנען װעגן זײער אײגענער געשיכטע, און אַז זײ זאָלן זיך באַקענען צװישן זיך. אַזױ װי מיר האָבן װײניק געלט פֿאַר אונדזערע אַקטיװיטעטן, אָרגאַניזירן מיר פּראָסטע, ביליקע פּראָיעקטן — אַ װיזיט אין אַ שיל צי אין אַ מעטשעט, למשל“.
זיכער װעלן די קומענדיקע דורות מוזן װידער אױפֿפֿרישן זײער אײגענעם זכּרון, זיך לערנען װעגן זײער אײגענער היסטאָריע פֿון די הונדערט יאָר ייִדישער אָנװעזנהײט אין צפֿון־אַפֿריקע. בנימין (בענזשאַמאַן) אַבטאַן, דער אַמאָליקער פּרעזידענט פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדישע סטודענטן אין פֿראַנקרײַך, און הײַנט דער פּרעזידענט פֿון אַן אײראָפּעיִשער אַסאָציאַציע קעגן ראַסיזם, גלייבט, אַז צוליב דעם פֿאַרגעסעניש, װאָס ס‘האָט פֿאַרדעקט די מאַסיװע ייִדישע עמיגראַציע פֿון מאַגרעב, פֿרוכפּערן זיך די ראַסיסטישע פֿאַנטאַזיעס צװישן ייִדן און מוסולמענער.
בנימין אַבטאַן װיל בױען אַ פּראָיעקט צװישן פֿראַנצױזישע און מאַראָקאַנער אינטעליגענטן מיט אַ פֿאַרשיידנטאַרטיקער טעמאַטיק. אין דער אַקאַדעמישער װעלט, טרעפֿט מען טאַקע אַזאַ װיליקײט אָנצוהײבן פֿאָרשונגען. צװײ אַקאַדעמישע פֿיגורן, בנימין סטאָראַ און אַבדעלואַהאַב מעדעב, װאָס איז נישט לאַנג געשטאָרבן, האָבן אין 2013 אָנגעפֿירט מיט אַ קאָלעקטיװער אויסגאַבע — „ייִדן און מוסולמענער“.
אַ ריי פּראָפֿעסאָרן האָבן געשיקט זייערע אַרטיקלען פֿון דער גאַנצער װעלט. מעדעב האָט אין 2013 געגעבן זײער אַ שפּיציקן אַנאַליז אױף אַ קאָנפֿערענץ אין פּאַריז װעגן דעם בוך: „היסטאָריקער האָבן לאַנג געחלומט װעגן אַ גאָלדענער צײַט פֿון איסלאַם. אין 19טן יאָרהונדערט, פֿלעגן זײ פֿאַרגלײַכן די שװעריקײט פֿון ייִדישן לעבן אין דער קריסטלעכער אײראָפּע מיט דעם גן־עדן, װאָס, לױט זײ, האָט געהערשט פֿאַר ייִדן בפֿרט און פֿאַר דער קולטור אין מיזרח בכלל . נאָר פֿון די 1930ער יאָרן האָט זיך אויפֿגעשטעלט אַ נײַע מיטאָלאָגיע, אַז בײַ די אַראַבער איז געװען ערגער, װי אין אַלע אַנדערע פּלעצער אין דער ערד, און אַז דער ייִד האָט קײן רעכט בײַ זײ נישט געהאַט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.