(די 4 טע זײַט פֿון 4)
גאַנץ אַנדערש איז די סיטואַציע אין איסלאַם געװאָרן מיט 200 יאָר צוריק. ערשטנס, האָט דער קאָלאָניאַליזם אָנגעצונדן אַ ביטערן עגמת־נפֿש צװישן די מוסולמענער קעגן די ייִדן, װאָס אַ סך פֿון זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין די אידעען פֿון דער פֿראַנצױזישער רעװאָלוציע און עמאַנציפּאַציע. צװײטנס, האָט זיך דער לאָקאַלער נאַציאָנאַליזם צעשפּרײט אין די אַראַבישע לענדער, קומענדיק פֿון אײראָפּע, און געהאַט די סימנים פֿון אַ רעלאַטיװער טאָלעראַנץ, װאָס האָט עקזיסטירט אין איסלאַם.
סוף-כּּל-סוף, האָט דער איסלאַמיזם, רעאַגירנדיק קעגן דער מערבֿדיקער מאָדערניטעט װאָס די נישט-רעליגיעזע אַראַבישע שטאַטן האָבן אַרױפֿגעלײגט, האָט אַ נײַע אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע אָנגעהױבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן. מע מוז אױכעט אונטערשטרײַכן דעם פֿאַקט, אַז די באַציִונגען צװישן ייִדן און מוסולמענער פֿאַרערגערן זיך נאָך מער מיט דער אַראַבישער שׂינאה קעגן ציוניזם, װאָס ווערט געשילדערט װי אַ נײַעם אײראָפּעיִשן קאָלאָניאַליזם; און מיטן ייִדישן פּחד נאָכן חורבן, אַז עס װעט אפֿשר געבױרן װערן אין איסלאַם אַ נײַער האַס קעגן די ייִדן, װאָס זײ וועלן װידער אַ מאָל פּלאַנירן אױסצוראָטן.
שױן מיט יאָרן צוריק, האָט דער פֿראַנצױזישער סאָציאָלאָג אַלבער מעממי, אַ געבױרענער אין טוניזיע, װאָס האָט געפֿאָרשט אי די ייִדישע, אי די אַראַבישער געשיכטע אין טוניזיע, אין 1996 געשריבן אין זײַן בוך, „דער ייִד און דער פֿרעמדערמאַן“: „פֿאַר אונדז זענען די אַראַבער געװען בײדע צוזאַמען — ברידער און שׂונאים, פֿײַנטלעכע קוזינען. געװיס, איז געװען אַ געמײנזאַמקײט װאָס שײך די מינהגים. מיר פֿלעגן, פּונקט װי זײ, עסן דעם קוסקוס, מיר האָבן ליב געהאַט פֿיש, פֿלעגן אױף דער פּלאַזשע גײן… אָבער יעדער פֿאַר זיך אין דער הײם. מיר האָבן שיִער נישט חתונה געהאַט (…). דאָך, האָבן מיר געהאַט דאָס זעלביקע געפֿיל, די זעלבע לידער, די זעלבע זינגערין.“
דעני שאַרביט, אַ דאָקטאָר אין פּאָליטיק־װיסנשאַפֿט אין דעם „אָפֿענעם אוניווערסיטעט‟ אין ישׂראל, דערקלערט אַזױ אינעם בוך „ייִדן און מוסולמענער“: ”אַלבער מעממי מאָנט אַן אַלגעמײנע ירושה, אָבער ער דערצײלט נישט קײן מיסטישע מעשׂיות װעגן דער באַציִונג צװישן ייִדן און מוסולמענער, נישט אױף שלעכטס, און נישט אױף גוטס. ער גלייבט נישט אין אַ ייִדל, װאָס װאָלט געהערשט אײדער ס’איז געבױרן געװאָרן מדינת־ישׂראל. נאָר ער האַלט אױכעט, אַז די איצטיקע פֿײַנטשאַפֿט איז נישט אויף אייביק. פֿיר צדדים: די פּאַלעסטינער, די ישׂראלים, די אַראַבישע נאַציע, און די ייִדישע תּפֿוצות װעלן צוזאַמען מוזן זיך צונויפֿנעמען און פּסקנען: מע מוז אַרבעטן צוזאַנען!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.