דער „דעלי־מאַן‟ זיגי גרובער

The ‘Deli-Man’ Ziggy Grubber

זיגי גרובער מיט זײַן סענדוויטש אין אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דעלי־מאַן‟
Courtesy of Cohen Media Group
זיגי גרובער מיט זײַן סענדוויטש אין אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דעלי־מאַן‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 15, 2015, issue of April 03, 2015.

אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, זעט מען הײַנט אַלץ ווייניקער די אַמאָליקע ייִדישע מאכלים בײַ אונדז אין אַמעריקע. אין 1931 זענען בלויז אין שטאָט ניו־יאָרק געווען מער ווי 2,500 ייִדישע דעקליקאַטעס־געשעפֿטן, און 150 מילכיקע רעסטאָראַנען; הײַנט זענען דאָ בלויז אַרום 21 „דעליס‟. דער נײַער פֿילם „דעלי־מאַן‟ פֿון עריק גרינבערג אַנדזשו, וואָס מע האָט לעצטנס אָנגעהויבן ווײַזן איבער גאַנץ אַמעריקע, גיט איבער די געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער־ייִדישן „דעלי‟ בכלל און בפֿרט, וועגן דעם לעבן פֿונעם „דעלי־מאַן‟ — זיגי גרובער, וואָס פּרובירט ממשיך צו זײַן די „דעלי‟־טראַדיציע.

גרובער, אַ ניו־יאָריקער ייִד אין זײַנע 40ער יאָרן, וווינט שוין יאָרן לאַנג אין היוסטן, טעקסאַס, וווּ ער פֿירט אָן 15 יאָר מיט זײַן רעסטאָראַן „קעני און זיגיס ניו־יאָריקער דעליקאַטעסן‟. ער איז ממש אויפֿגעוואַקסן אין דער „דעלי‟־אינדוסטריע. „ווי אַזוי האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין ׳דעליס׳?‟ האָט ער איבערגעחזרט די פֿראַגע בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „נו, צו אַכט יאָר האָט מײַן זיידע מיר געגעבן אַ פֿאַרטעך און געזאָגט ׳קום מיט מיר. ס׳איז שוין צײַט צו מאַכן אַ לעבן!׳ און מע האָט מיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי צו קאָכן ייִדישע מאכלים און דעלי־קאָכערײַ‟.

זיגי גרובער האָט אַ חשובֿן ייִחוס אין דער „דעלי‟־וועלט. זײַן משפּחה באַשטייט פֿון דרײַ דורות „דעלי־מענער‟. זײַן זיידע, מאַקס, איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון בודאַפּעשט צו 16 יאָר און האָט באַלד אָנגעהויבן אַרבעטן אין ייִדישע רעסטאָראַנען. ער, צוזאַמען מיט זײַנע שוואָגערס איזי און מאָריס ראַפּאַפּאָרט, האָבן געעפֿנט דעם באַקאַנטן „ריאַלטאָ‟ אין 1927, וואָס איז געווען דער ערשטער „דעלי‟ אויף „בראָדוויי‟. דער רעסטאָראַן איז געווען אַ ריזיקער דערפֿאָלג, און זיי האָבן געעפֿנט אַנדערע פּאָפּולערע „דעליס‟, אַרײַנגערעכנט „בערגערס‟ (47סטע גאַס), Wally‘s Downtown און The Griddle (אויף 16טער גאַס), וואָס האָבן צוגעצויגן באַרימטע קליענטן, אַזוי ווי די „ברידער מאַרקס‟ און מילטאָן בערל.

פּונקט ווי זיגי, האָט זײַן פֿאָטער יוזשין אָנגעהויבן אַרבעטן אין „דעליס‟ ווי אַ קליין קינד. ער האָט שפּעטער געעפֿנט זײַן אייגענעם רעסטאָראַן „גענאַרדס‟ אויף מעדיסאָן־עוועניו אין מאַנהעטן, צוזאַמען מיט זײַן ברודער סימאָר. אַנדערע קרובֿים האָבן פֿאַרמאָגט באַקאַנטע „דעליס‟, דורכאויס אין ניו־יאָרק און לאָנג־אײַלאַנד. די משפּחה האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין ספּרינג וואַלי ניו־יאָרק, וווּ די ברידער האָבן אָנגעפֿירט מיטן „קרעסטהיל כּשר־דעלי‟. דאָרטן, אין די שפּעטערע 1970ער יאָרן, האָט זײַן זיידע אײַנגעשפּאַנט דעם יונגן זיגי אין דער אַרבעט.

„דאָרט, ווי אַ קינד, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ היימישער סבֿיבֿה צווישן קרובֿים, איז מײַן וועלט געווען אַ מאָדערנער נוסח פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס וועלט‟, האָט זיגי גרובער דערקלערט. „הינטערן טאָמבאַנק האָבן געאַרבעט דורכאויס ייִדן פֿון דער אַלטער היים: פּליטים, אימיגראַנטן. איך בין איינער פֿון די ייִנגסטע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן צווישן אַזעלכע ייִדן. זייער צוגאַנג צום לעבן און זייער הומאָר איז אַ גרויסער טייל פֿון דעם, וואָס איך בין הײַנט, און די סיבה, פֿאַר וואָס איך האָב אַזוי ליב מײַן אַרבעט‟.

הינטערן טאָמבאַנק האָט גרובער זיך אויך אויסגעלערנט צו רעדן ייִדיש. „דער זיידע איז געווען פֿון בודאַפּעשט, און די באָבע — פֿון טשערנעוויץ, האָבן זיי גערעדט ייִדיש בײַ זיך אין דער היים און מע האָט ייִדיש אויך גערעדט בײַ דער אַרבעט. מיט יאָרן צוריק האָבן אַלע גערעדט ייִדיש הינטערן טאָמבאַנק, ווי אויך אַ סך פֿון די קליענטן. ווײַל דאָס איז זיי געווען מער נאַטירלעך ווי ענגליש. שפּעטער האָט מען גערעדט ייִדיש, צוליב דעם, וואָס מע האָט דווקא געוואָלט, אַז אַנדערע זאָלן ניט פֿאַרשטיין. איך האָב זיך אַליין אײַנגעזאַפּט מאַמע־לשון דורך אָזמאָז (osmosis)‟.