אַ קליינער ראָמאַנס

A Young Romance


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

און ער האָט מיך יענעם נאָך־מיטיק גענומען אַהיים, מיר האָבן זיך געזעגנט קאַלט און קאַלעמוטנע. ער האָט נישט געגלייבט, אַז אַ גרין מיידל וועט אים אָפּשפּילן אַזאַ חתונה…

איך בין געווען אין יענער צײַט זייער ראָמאַנטיש געשטימט, וואָלט אַנאַ קאַרענינאַ אײַנגעגאַנגען אויף אַזאַ קאָמפּראָמיס? וואָלט איר אָפֿיציר אײַנגעגאַנגען אויף אַ דרײַ־חדשימדיקן איבעררײַס? משהס ליבע איז באַשטאַנען אין פּראַקטישע ענינים, אַ הויז אין לאָנג־אײַלענד, די וועטשערע אויפֿן טיש, די שטעק־שיך בײַם קאַמין, מסתּמא צוויי ייִנגלעך און אַ מיידל, געהאָרכזאַמע קינדער וואָלטן אים צוגעטראָגן די ליולקע. איין זאַך ווייס איך, משה איז נישט געווען פֿאַר מײַן טעמפּעראַמענט, נישט־נאָכגיביק און אין אַ געוויסן זינען טעמפּ.

ער האָט אונדז געפֿירט אין דער בראָנקס, מיך גענומען די ערשטע אַהיים. מיר האָבן זיך געזעגנט קאַלט און גלײַכגילטיק. ער האָט אויסגעדרייט זײַן אויטאָ און גענומען מײַן חבֿרטע באַשקען אַהיים, זי האָט געוווינט בלויז אַ פּאָר גאַסן פֿון מיר. אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ בײַ די טרעפּלעך פֿון הויז און איר פֿאָרגעלייגט חתונה צו האָבן מיט איר תיכּף־ומיד. און זי האָט גלײַך אײַנגעשטימט; נאָך אַלעמען איז ער, צווישן אונדז מיידלעך, געווען פֿאַררעכנט ווי אַ גרויסע מציאה, אַן אַמעריקאַנער „קאָלעדזש־בוי‟, רעדט ייִדיש און ער מיינט עס ערנסט.

זיי האָבן אין גיכן חתונה געהאַט! און גיי ווייס, אַז פֿון זיי וועט אַרויסשפּרינגען אַ גליקלעך פּאָרפֿאָלק, ממש אַ זיווג מן־השמים. זיי האָבן זיך באַזעצט אינעם זעלבן הײַזל אין לאָנג־אײַלענד, וואָס ער האָט מיר עס אָפּגעשילדערט, געהאַט דרײַ קינדער, צוויי מיידעלעך מיט אַ ייִנגל, געזעסן בײַם קאַמין, זי האָט אים צוגעטראָגן די לאַפּטשעס, געהאַט דאָס עסן גרייט אויפֿן טיש און דער עיקר, זי האָט גאָרנישט געפֿאָדערט פֿון אים און יעדער וווּנטש זײַנער איז געווען איר באַפֿעל.

מיט אַ יאָר שפּעטער זײַנען מיר, מײַן מאַן מענדל און איך, יאָרן לאַנג געוואָרן די בעסטע גוטע פֿרײַנד; געקומען אויף אַ וועטשערע צו זיי אינעם הײַזל אין לאָנג־אײַלענד, און דער טיש איז געגרייט, די קינדער אַרום טיש, דער קאַמין פֿלאַקערט, ער אַ צופֿרידענער רייכערט אַ ליולקע, און פֿאַר מיר אַנטפּלעקט זיך דאָס לעבן, וואָס ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט. און ווען מיר דערמאָנען זיך יענע צײַטן לאַכט מען און מ’טוט זיך משׂמח זײַן.