(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אויף דער וועבזײַט פֿונעם ניו־יאָרקער פֿײַער־דעפּאַרטאַמאַנט שטייט איצט אַזאַ דערקלערונג: „נאָך דער שׂרפֿה אין ברוקלין דעם 21סטן מאַרץ, וואָס האָט אומגעבראַכט זיבן קינדער, רופֿט דער פֿײַער־דעפּאַרטאַמענט אַלע ניו־יאָרקער צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי האָבן אַ פֿונקציאָנירנדיקן רויך־דעטעקטאָר און טשאַד־דעטעקטאָר (carbon monoxide detector) אין שטוב. יעדעס יאָר טרעפֿט, אַז בײַ 74% פֿון אַלע טייטלעכע שׂרפֿות איז דווקא נישט געווען קיין פֿונקציאָנירנדיקער רויך־דעטעקטאָר. אַ געראָטענער רויך־אַלאַרם פֿאַרקלענערט די שטאַרביקייט אויף כּמעט 50%. מע דאַרף שטעלן אַ רויך־דעטעקטאָר אויף יעדן שטאָק פֿון הויז, און תּמיד לעבן די צימערן, וווּ מענטשן שלאָפֿן.‟
„כ׳האָב שוין גערעדט מיט אַ סך ייִדן אין דער חסידישער וועלט, און יעדער איינער פֿאַרשטייט איצט ווי וויכטיק עס איז דער גאַנצער ענין ׳סמאָוק דעטעקטאָרס׳,‟ האָט הרבֿ דוד־ברוך קאַפּלאַן, אַ וואָלונטיר בײַם צפֿון־ניו־דזשערזי צווײַג פֿון „הצלה‟ און אַ טרענירטער פֿײַער־לעשער, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ביז איצט האָט מען נישט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם, און איך פֿאַרשטיי פֿאַר וואָס. איין מאָל איז אפֿשר געווען אין קיך, אָדער בײַם מאַכן הבֿדלה, אַ קליינער רויך, און דער אַלאַרם האָט אָנגעהויבן צו פֿײַפֿן, האָט מען אַרויסגענומען די באַטעריעס, און דערנאָך פֿאַרגעסן זיי צוריק אַרײַנצולייגן. אָדער דער ׳סמאָוק דעטעקטאָר׳ איז געוואָרן אַלט, און אָנגעהויבן צו פֿײַפֿן… און אַנשטאָט צו גיין קויפֿן אַ נײַעם בײַ Home Depot פֿאַר 5$, נעמט מען פּשוט אַרויס די באַטעריעס.‟
אָבער זינט דעם אומגליק אין ברוקלין, שלאָגט הרבֿ קאַפּלאַן כּסדר אַרײַן אין קאָפּ זײַנע באַקאַנטע, אַז „מע זאָל זען צו האָבן אַ רויך־אַלאַרם — נישט נאָר אין ׳בייסמענט׳ [קעלער], נאָר אויך אין יעדן שלאָפֿצימער. דערצו זאָג איך זיי, זיי זאָלן שטענדיק אַכטונג געבן, אַז עס ליגן נישט קיין פּאַפּירן אָדער האַנטעכער לעבן דעם ׳האַט פּלייט׳, און למען־השם זאָל מען נישט ניצן קיין פֿאַרלענגער־שנור (extension cord) פֿאַר אַ ׳האַט פּלייט׳.‟
„דאָ אין מאָנסי און ניו־סקווער ברעכן אויס אַ סך שׂרפֿות שבת,‟ האָט איבערגעגעבן וואַלערי פֿרענק סעראַאָ, אַ פּענסיאָנירטע נויטפֿאַל־סאַניטאַרין אין ראַקלאַנד־קאַונטי, נ״י. „אַ סך פֿון די שׂרפֿות זענען קליינע, אָבער דער פֿײַער־דעפּאַרטאַמענט ענטפֿערט אויף אַ סך פֿון זיי. דער עיקר, איז צו לערנען דעם עולם ווי אַזוי ריכטיק אַרײַנצושטעלן די רויך־ און טשאַד־דעטעקטאָרס, און פּראַקטיצירן מיט די קינדער ווי אַרויסצולויפֿן פֿון הויז, אין פֿאַל פֿון אַ שׂרפֿה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.