(די 3 טע זײַט פֿון 4)
אַ ווידעאָ פֿאַר קינדער, וואָס ווײַזט וואָס צו טאָן, טאָמער עס ברעכט אויס אַ שׂרפֿה אין שטוב, קען מען געפֿינען אויף דער וועבזײַט פֿון דער National Fire Prevention Association:
קליינע קינדער מוז מען גיבן צו פֿאַרשטיין וואָס דאָס איז אַ רויך־אַלאַרם, האָט הרבֿ קאַפּלאַן געזאָגט. „כ׳ווייס פֿון פֿאַלן, וווּ דער אַלאַרם האָט אָנגעהויבן פֿײַפֿן בײַ נאַכט, אָבער די קינדער זענען ווײַטער געשלאָפֿן, ווײַל זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס דאָס איז, אָדער זיי האָבן זיך אַזוי איבערגעשראָקן, ווען זיי האָבן דערזען דעם רויך, געהערט דאָס פֿײַפֿן און דאָס שרײַען, אַז זיי האָבן זיך פּשוט באַהאַלטן,‟ האָט הרבֿ קאַפּלאַן געזאָגט. „דערפֿאַר האָב איך געוויזן מײַנע אייגענע קינדער, וואָס דאָס איז אַ ׳סמאָוק דעטעקטאָר׳, געלאָזט זיי הערן ווי ס׳קלינגט ווען סע פֿײַפֿט, און זיי מסביר געווען, אַז ווען זיי הערן אַזאַ פֿײַף, מיינט עס אַ גרויסע סכּנה, און זיי זאָלן, צו ערשט, לויפֿן צו טאַטי און מאַמי, אָדער גלײַך אַרויסלויפֿן פֿון הויז.‟
זינט דער שׂרפֿה האָבן אַ צאָל עקספּערטן באַטאָנט, ווי וויכטיק עס איז, אַז אַלע עלעקטרישע טאַצן און פּליטעס, וואָס מע ניצט אַ גאַנצן שבת, זאָלן האָבן אַ UL listing. די ראשי־תּיבֿות UL באַדײַט Underwriter Laboratories — אַן אומאָפּהענגיקע וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, וואָס מאַכט שטרענגע טעסטן אויף פֿאַרשידענע מינים סחורה, בפֿרט עלעקטרישע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די זאַכן קאָנען נישט גורם זײַן קיין סכּנה. „די צרה איז, וואָס אַ סך מענטשן ניצן הײַנט עלעקטרישע פּליטעס, וואָס קומען פֿון ישׂראל, וווּ מע מאַכט נישט אַזוינע טעסטן,‟ האָט הרבֿ אַשר בוש, דער רבֿ פֿון דער שיל „אַהבֿת ישׂראל‟ אין וועזלי הילס, נ״י, און אַ ספּעציאַליסט אין הלכה־ענינים, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
„ווען אַזאַ מכשיר איז אָנגעשטעלט אַ גאַנצע נאַכט, איז דאָ אַ גרעסערע סכּנה, אַז עפּעס קען קאַליע ווערן, ווײַל די פּליטעס זענען באמת נישט געמאַכט צו בלײַבן אָנגעשטעלט אַזוי לאַנג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.