ייִדיש בײַם מלך אַחשוורוש

Yiddish in Ahasuerus‘ Kingdom

דער טאַשקענטער טעאַטראַלער קרײַז, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש
mytashkent.uz
דער טאַשקענטער טעאַטראַלער קרײַז, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 16, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

פֿאַר דער רעוואָלוציע, האָט די צאַרישע מאַכט נישט דערלויבט די אַשכּנזישע ייִדן צו וווינען אין צענטראַל־אַזיע, מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. די ערשטע גרויסע כוואַליע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך באַוויזן אינעם דאָזיקן ראַיאָן אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. אין די 1920—1930ער יאָרן האָבן אין טאַשקענט געבליט ביידע ייִדישע קולטורן. די ייִדיש־רעדער האָבן געלייענט די אָרטיקע ייִדישע צײַטונג „די קאָמוניסטישע פֿאָן‟. די אָרטיקע בוכאַרישע הויפּט־צײַטונג האָט געהייסן „בײַראָקי מיהנאַט‟, וואָס מיינט פֿאַקטיש דאָס זעלביקע: „די אַרבעטער־פֿאָן‟. אין די אָרטיקע טעאַטערס האָט מען געשפּילט אויף ביידע לשונות; ביז 1940 האָט די סאָוועטישע רעגירונג אָפֿיציעל געשטיצט די בוכאַריש־ייִדישע שפּראַך און געשאַפֿן אַ נעץ נאַציאָנאַלע שולן.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז צווישן ייִדיש און בוכאַריש איז פֿאַראַן אַ גרויסער סאָציאָ־לינגוויסטישער חילוק. די בוכאַרישע דיאַלעקטן שיידן זיך ווייניק אונטער פֿונעם נישט־ייִדישן פּערסיש, בפֿרט פֿונעם טאַדזשיקישן וואַריאַנט. אַדרבה, אַ סך גוטע קענער פֿון דער שפּראַך שטאָלצירן, אַז זיי קאָנען פֿאַרשטיין די קלאַסישע מיטל־עלטערלעכע פּערסישע פּאָעזיע בעסער, ווי די איראַנער, ווײַל בײַ ייִדן האָבן זיך אָפּגעהיט אין מויל אַ צאָל ספּעציפֿישע אַלטע ווערטער. אויב מע באַנוצט זיך נישט מיט אַ קליינער צאָל לשון־קודשדיקע, אוזבעקישע און רוסישע ווערטער, קאָן אַ בוכאַרישער ייִד זיך גאַנץ גרינג צונויפֿרעדן מיט אַן איראַנישן מוסולמענער.

אין די יאָרן 2004—2006, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער געשאַפֿן אַ וועבזײַט, וווּ מע קאָן אויסגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע וועגן 152,000 ייִדישע פּליטים, וואָס זענען עוואַקויִרט געוואָרן בעת דער מלחמה אין טאַשקענט, די אוזבעקישע הויפּטשטאָט. צוליב דער עוואַקואַציע, האָט די ייִדישע דעמאָגראַפֿיע פֿון אוזבעקיסטאַן זיך שטאַרק געביטן. אינעם יאָר 1959 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט באַטראָפֿן 5.2 פּראָצענט — 50 טויזנט נפֿשות, על־פּי־רובֿ אַשכּנזים. ממילא, האָט זיך במשך פֿון דער צײַט געשאַפֿן אַ נײַע כּמו־עדה — ייִדן מיט אַ געמישטער אַשכּנזיש־בוכאַרישער ירושה. אין ניו־יאָרק, איז אַזאַ קאָמבינאַציע גאַנץ פֿאַרשפּרייט.

צו דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ פֿאַר די פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן, וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי וואָכן צוריק אין ניו־דזשערזי, האָבן ספּעציעלע אויטאָבוסן געבראַכט די באַטייליקטע סײַ פֿון די רוסיש־אַשכּנזישע ברוקלינער קוואַרטאַלן, סײַ פֿון די בוכאַרישע ראַיאָנען פֿון קווינס. דער בוכאַרישער קהילה־טוער מנשה חיימאָוו איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער בוכאַריש־ייִדישער קולטור אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרק.

לויט פֿאַרשיידענע חשבנות, באַטרעפֿט הײַנט די ייִדיש־בוכאַרישע באַפֿעלקערונג אין דער וועלט פֿון 150 ביז איבער 300 טויזנט נפֿשות. ס׳קאָן זײַן, אַז די ציפֿערן וואַקלען זיך צוליב די געמישטע בוכאַריש־אַשכּנזישע משפּחות. עטלעכע טויזנט ייִדן וווינען נאָך אַלץ אין אוזבעקיסטאַן. צום באַדויערן, איז בלויז דער עלטערער דור, געוויינטלעך, גוט באַקאַנט מיט דער שפּראַך, הגם אַ צאָל אַקטיוויסטן שטרעבן עס צו פֿאַרשפּרייטן און אויפֿצולעבן.

עס קאָן זײַן, אַז עס וועט זיך נאָך שאַפֿן אַן ענטוזיאַסטישע סבֿיבֿה אַרום דעם אַשכּנזיש־בוכאַרישן קולטור־געמיש. אויף די גאַסן פֿון קווינס און ברוקלין קאָן מען טרעפֿן נישט ווייניק מענטשן, וואָס קאָנען פֿאַרחידושן די דערמאָנטע חסידישע ייִדישיסטן מיט דעם פֿאַקט, וואָס אין זייער משפּחה זענען ביידע שפּראַכן, ייִדיש און פּערסיש, געווען גאַנץ ייִדישלעך און היימיש.