ווען אויטיסטישע קינדער ווערן 21

When Autistic Kids Turn 21

פּאָל מאָריס, איינער פֿון די רעדנער אויפֿן קומעדיקן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟
YouTube
פּאָל מאָריס, איינער פֿון די רעדנער אויפֿן קומעדיקן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 19, 2015, issue of May 15, 2015.

ווען פּאָול מאָריס איז געבוירן געוואָרן אין 1987, איינער פֿון אַ פֿירלינג, האָט ער געווויגן ווייניקער ווי 3 פֿונט. דערצו האָט ער נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט, ביז ער איז געוואָרן פֿינף יאָר אַלט. דער דיאַגנאָז — אויטיזם. הײַנט איז מאָריס אַ 27־יאָריקער יונגערמאַן, און כאָטש ער האָט נאָך אַלץ די סימפּטאָמען פֿון אויטיזם, פֿירט ער אַן אומאָפּהענגיק לעבן: וווינט מיט אַ פֿרײַנד אין אַן אייגענער דירה, און אַרבעט בײַ צוויי טייל־צײַטיקע שטעלעס, וואָס ניצן אויס זײַן פֿעיִקייט אין קאָמפּיוטערײַ.

מאָריס איז איינער פֿון די פֿיר יונגע מענער און פֿרויען, וואָס וועלן זיך באַטייליקן אין אַ פּאַנעל אויפֿן טאָג־לאַנגן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟ אין מאַנהעטן, מיטן נאָמען Autism Grown Up: Building the Future Together, (אויטיזם בײַ דערוואַקסענע: לאָמיר בויען אַ צוקונפֿט צוזאַמען)

//www.ujafedny.org/what-we-do/help-people-in-need/autism-symposium/

די טעמע איז אַ וויכטיקע, ווײַל בײַ אויטיסטישע קינדער, און בײַ זייערע עלטערן, קאָן דער איבערגאַנג צו דערוואַקסנקייט ברענגען גאָר נײַע פּראָבלעמען, בשעת די יונגע לײַט פּרוּוון זיך געפֿינען אַן אָרט אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס ווייסט אָפֿט מאָל נישט ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו זיי.

דער סימפּאָזיום, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 28סטן אַפּריל, ווערט דורכגעפֿירט דורך דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעדעראַציע.

אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בעתן קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן. לויטן „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ אין אַטלאַנטע, לײַדט איינס פֿון יעדע 68 קינדער פֿון אַן אויטיזם־וואַריאַנט.

דאָס וועט נישט זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס פּאָל מאָריס דערציילט וועגן זײַן איבערלעבונג ווי אַן אויטיסטישער יונגערמאַן. ער האָט אויך גערעדט בעת אַן אונטערנעמונג פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון דער וויסנשאַפֿט פֿון אויטיזם‟, דעם 21סטן אַפּריל 2014, אין ניו־יאָרק:

הגם דאָס איז דאָס אַכטע יאָר, וואָס עס קומט פֿאָר דער „היליבראַנד־סימפּאָזיום פֿאַר אויטיזם‟, איז עס דאָס ערשטע מאָל, וואָס עס וועלן אויפֿטרעטן מענטשן מיט אָט דעם דיאַגנאָז און דערציילן וועגן דער איבערלעבונג פֿון דער ערשטער פּערזאָן. דערצו וועט אַ ריי ספּעציאַליסטן האַלטן רעפֿעראַטן אין שײַכות מיט די לעצטע ידיעות וועגן אויטיזם, סײַ אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, סײַ אין דער געזעלשאַפֿטלעכער.