די ייִדישע קולטור האָט געהאַט אירע אייגענע „סופּער־זינגערס‟, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ לאַנג־דויערנדיקן שטעמפּל אויף דער פּאָפּולערער קולטור. צום ערשטן מאָל קען מען איצט הערן אַלע אַלטע רעקאָרדירונגען אויף איין קאָמפּאַקטל פֿון דעם באַרימטן ייִדישן זינגער מיכאל עפּעלבוים, אַ דאַנק דער איבערגעגעבענער טירחה פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל און עווגעני קאַזדאַן, וועלכע האָבן אין 2014 אַרויסגעלאָזט דעם אַלבאָם „ייִדישע לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון מיכאל עפּעלבוים פֿאַר שטים און קלאַוויר‟. די רעקאָרדירונג געפֿינט מען אין אַ בראָשירט ביכל מיט דער אַראַנזשירונג פֿון 17 פֿון די 25 לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל.
מיכאל עפּעלבוים איז געווען אַזאַ „סופּער־זינגער‟. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1894 אין אָדעס און האָט זיך באַטייליקט אין די וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטער־טרופּעס איבער רוסלאַנד און פּוילן. אין וואַרשע האָט ער זיך געלערנט אין דער מלוכישער קאָנסערוואַטאָריע. נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע איז ער אויפֿגעטראָטן סאָלאָ ווי אַ זינגער, און זײַנע קאָנצערטן האָבן באַקומען אַ גוואַלדיקן אָפּרוף. אין 1926 איז ער אויסגעפֿאָרן די וועלט — בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק, אַפֿריקע און בוענאָס־אײַרעס — און רעקאָרדירט זײַן ערשטע פּלאַטע אין ניו־יאָרק.
אין 1929 האָט ער זיך באַזעצט אין לענינגראַד און אַרומגעפֿאָרן איבער רוסלאַנד מיט קאָנצערטן. אין 1937 האָט מען אים צוגעטיילט דעם בכּבֿודיקן טיטל ווי אַן אויסערגעוויינטלעכן קינסטלער; אָבער ווי עס האָט זיך אָפֿט געטראָפֿן אין סטאַלינס יאָרן פֿון טעראָר, האָט זיך דאָס רעדל איבערגעדרייט און מע האָט עפּעלבוים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אויף צען יאָר. ער האָט דאָס איבערגעלעבט און אין 1954 האָט מען אים באַפֿרײַט. כאָטש נישט קיין געזונטער, האָט ער גלײַך זיך גענומען ווידער אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער פֿאָר די סאָוועטישע ייִדן, וועלכע האָבן געדאָרשט נאָך אַ ייִדיש ליד. ער האָט אינספּירירט די יונגע נחמה ליפֿשיץ, זי זאָל אויך זינגען ייִדיש פֿאַרן ברייטערן עולם. אין 1957 איז ער געשטאָרבן אין לענינגראַד.
בסך־הכּל האָט מיכאל עפּעלבוים רעקאָרדירט 25 לידער פֿון זײַן רעפּערטואַר, און אַלע פֿון זיי קען מען הערן אויפֿן קאָמפּאַקטל. ווי דערמאָנט, האָט מען אין ניו־יאָרק, אין 1927 מיט דער פֿירמע „קאָלומביע‟ רעקאָרדירט די ערשטע צוויי לידער — „די חסידים, דער רבי און דער גבאי‟ און „פֿייגע מיטן קוגל‟. אַ בילד פֿון יעדער פּלאַטע קען מען אויך זען אינעם אינפֿאָרמאַטיוון ביכל, וואָס גיט אַ מער באַריכותדיקע ביאָגראַפֿיע פֿונעם זינגער אויף רוסיש, געשריבן פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל.
אין די 1980ער יאָרן איז מיר אויסגעקומען צו רעקאָרדירן פֿאָלקסלידער בײַ צוויי נײַע אימיגראַנטן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער ערשטער, מיט אַ שטאַרק קול, האָט געזונגען „אַ לייטערל צום הימל‟ און „די חתונה אין דער קאַזאַרמע‟ — ביידע לידער פֿאַרבונדן מיט דער צאַרישער אַרמיי; ביידע באַקאַנט געוואָרן, אַ דאַנק דעם זינגער עפּעלבוים.
די חתונה איז געווען אין דער קאַזאַרמע;
דער קאַזיאָנער רבינער איז אויך געווען דערבײַ.
אוי, אַ שבֿועה האָט ער בײַ מיר גענומען
איך זאָל דינען דעם קייסער געטרײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.