ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

90סטן יובֿל פֿונעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט

זונטיק, דעם 3טן מײַ וועט דער „ייִוואָ‟־אינסטיטוט פּראַווען זײַן 90סטן יובֿל מיט אַ פֿײַערלעכן טאָג פֿון רעדעס, רעפֿעראַטן און כּיבוד. אין פּראָגראַם וועט דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟, יונתן ברענט, באַגריסן דעם עולם. דער הויפּט־רעדנער פֿונעם טאָג, ד׳׳ר קלמן ווײַזער, וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע: „דאָס אַריבערציִען זיך קיין אַמעריקע; דאָס ראַטעווען ייִדיש, דאָס ראַטעווען דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום: מאַקס ווײַנרײַך און די מיסיע פֿונעם ׳ייִוואָ׳ אין דער נאָך־חורבנדיקער אַמעריקע‟.

נאָך ד״ר ווײַזערס רעפֿעראַט וועט אַ פּאַנעל פֿון ד״ר דוד ענגל (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), מײַקל גרינבערגער (אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי), ד״ר שמואל קאַסאָוו (טריניטי קאָלעדזש) און ד״ר דוד פֿישמאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר) אַרומרעדן די ראָלע, וואָס דער „ייִוואָ‟ האָט געשפּילט אין דער חורבן־פֿאָרשונג און זײַנע פּרוּוון צו לערנען אַנדערע וועגן דעם נאַצישן גענאָציד איבער די ייִדן.

נאָך אַ פּאַנעל וועט אַרומרעדן די השפּעה פֿונעם „ייִוואָ‟ אויף ייִדישע שטודיעס אין אַמעריקע. אויפֿן פּאַנעל וועלן אָנטיילנעמען ד״ר חסיה דײַנער (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), ד״ר רחמיאל פּעלץ (דרעקסעל אוניווערסיטעט), דניאל סויער (פֿאָרדהײַם אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר יונתן ברענט (ייִוואָ).

גלײַך נאָכן צווייטן פּאַנעל וועט ד״ר ברענט רעדן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע. נאָך זײַן רעדע וועט מען פּראַווען דעם געבורטסטאָג פֿונעם חשובֿן פֿאָרש־אַנשטאַלט מיט אַ קבלת־פּנים און כּיבוד.

רעפֿעראַט בײַם „ייִוואָ‟ וועגן דעם ייִדישן ראַדיאָ אין פּוילן

חנה ראָזענפֿעלד, אַ מיטאַרבעטערין פֿונעם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אין „ייִוואָ‟ וועגן דער נאָך־מלחמדיקער ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דער פּוילישער מלוכה, מיט וועלכע עס האָבן אָנגעפֿירט יאָנאַס טורקאָוו און זײַן פֿרוי דיאַנאַ בלומענפֿעלד. דער רעפֿעראַט, אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „אויף די כוואַליעס פֿון עטער: ייִדישע אוידיציעס אויפֿן פּוילישן ראַדיאָ 1945—1958‟ וועט דערקלערן די סימבאָלישע און פּראַקטישע באַטײַטן פֿון די טראַנסמיסיעס פֿאַר די פּוילישע ייִדן, ווי אויך ייִדן אַרום דער וועלט.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading