ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 14טן מײַ, 6:30 אין אָוונט. דער אײַנטריט איז פֿרײַ אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1360.

רעפֿעראַט בײַם „ייִוואָ‟ וועגן ווילנע אין די לידער פֿון סוצקעווער און גראַדע

דאָנערשטיק, דעם 21סטן מײַ, וועט ד׳׳ר מרים טרין האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע, וואָס האָבן צו טאָן מיט ווילנע, אין ליכט פֿון זייערע איבערלעבונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „דער אומקום פֿון ׳אונדזער׳ ווילנע: אַבֿרהם סוצקעווערס געטאָ־לידער און חיים גראַדעס לידער פֿון גלות‟ וועט אָנהייבן 3:30 נאָכמיטאָג. דער רעפֿעראַט וועט זײַן אויף ענגליש.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1361

„פֿון פּאַריז צו פּרץ‟: קאָנצערט פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקס־כאָר‟

זונטיק, דעם 31סטן מײַ, וועט דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ אויפֿטרעטן מיט זײַן יערלעכן פֿרילינג־קאָנצערט אין „סימפֿאָני ספּייס‟ (2537 בראָודוויי אין מאַנהעטן). דער קאָנצערט, וואָס וועט אַרײַננעמען לידער וועגן פֿאַרשידענע ערטער, וווּ ייִדן האָבן געוווינט במשך פֿון דער געשיכטע, וועט זיך אָנהייבן 4 אַזייגער נאָכמיטאָג. דער קאָנצערט וועט אַרײַננעמען לידער פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער י. ל. פּרץ, ווי אויך די פּרעמיערע פֿון אַ נײַער צופּאַסונג צו אַ ליד פֿון בעטהאָווענען. נאָך אינפֿאָרמאַציע: Information@TheJPPC.org. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://tickets.symphonyspace.org/public/hall.asp?event=9356.