(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/1253/, //yiddish2.forward.com/node/231/)
במשך פֿון 50 טעג ציילן מיר איצט יעדן אָוונט די ספֿירת־העומר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע מיצוות פֿון דער תּורה, וואָס האָבן צו טאָן מיט געוויסע אַקציעס, רייד, מחשבֿות אָדער עיקר־אמונה, האָט דאָס ספֿירה־ציילן צו טאָן מיט דער פּשוטער פֿעיִקייט איבערצוציילן אַלע טעג במשך פֿון 7 וואָכן.
אַוודאי, שטעקן אין דער דאָזיקער מיצווה טיפֿע כּוונות. בפּשטות, דערמאָנט אונדז דער דאָזיקער ריטואַל אינעם געוויסן סכום גערשטן, וואָס ייִדן פֿלעגט ברענגען יעדן טאָג, פֿון פּסח ביז שבֿועות, אינעם הייליקן בית־מיקדש. על־פּי־קבלה, איז יעדער פֿון די ספֿירה־טעג פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער קאָמבינאַציע פֿון געטלעכע און מענטשלעכע מידות. דאָס עצם־ציילן דינט ווי אַ סימן פֿון אַ באַזונדערע מעדיטאַציע וועגן דעם אייבערשטן, דער וועלט און די אינערלעכע נשמה־כּוחות. אין די ייִדישע ביכער־קראָמען ווערן פֿאַרקויפֿט ספּעציעלע בראָשורן, וווּ עס ווערט דערקלערט אויף אַ צוטריטלעכן פּשוטן אופֿן דער באַדײַט פֿון געטלעכע ספֿירות בכלל און יעדן טאָג פֿון דער ספֿירת־העולם בפֿרט, כּדי מע זאָל קאָנען פֿאַרוואַנדלען די דאָזיקע מיצווה אין אַ מעדיטאַטיוון פּראָצעס פֿונעם פּערזענלעכן תּיקון און תּשובֿה.
אַזוי צי אַזוי, באַשטייט די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר אינעם פּשוטן אַקט פֿון אָנרופֿן אַ געוויסע צאָל פֿון איינס ביז 49. כּדי זי מקיים צו זײַן, מוז מען קענען די פּשוטע אַריטמעטיק. דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל דערציילט וועגן דעם גאָר אינטערעסאַנטן פֿאָלק פּיראַהאַ, וואָס באַזעצט די ברעגן פֿונעם טײַך מייסי אין בראַזיל. דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז אינגאַנצן נישט באַקאַנט מיט דער חכמת־החשבון און זאָגט זיך אָפּ פּרינציפּיעל צו לאָזן זייערע קינדער אויסצולערנען די דאָזיקע חכמה פֿון די מערבֿדיקע מענטשן. אין דער פּיראַהאַ־שפּראַך איז בכלל נישטאָ קיין עקוויוואַלענט אַפֿילו פֿון אַזעלכע קליינע צאָלווערטער, ווי דרײַ און פֿיר. זײַענדיק פּשוטע פֿישער, יעגער און פּירות־זאַמלער, לעבן זיי פֿרידלעך אין אַן אידעאַליסטישער ברידערלעכער געזעלשאַפֿט.
עס באַקומט זיך, אַז מע קאָן מתּקן זײַן די פּערזענלעכע מידות און צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען אָן קיין חשבונות און חכמות. בײַ ייִדן איז אָבער אַזאַ צוגאַנג דווקא נישט אָנגענומען. אַדרבה, ווען אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פּיראַהאַ־פֿאָלק וואָלט געוואָלט זיך מגייר זײַן, וואָלט ער געדאַרפֿט זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן קעגנערשאַפֿט צו מאַטעמאַטיק. נישט זײַענדיק פֿעיִק צו ציילן אַפֿילו ביז דרײַ, קאָן מען בשום־אופֿן נישט מקיים זײַן די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.