(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿונעם לאַגער איז ער געקומען צו זײַן שװעסטערקינד און געװאָרן דער הויפּט־בוכהאַלטער אין אַן אַרטעל פֿון די שמאַטעלאַטניקעס. מע דערצײלט, אַז אײן מאָל האָט ר’ יאַנקל שפּאַצירט איבערן שטעטל מיט זײַן קלײנעם זון לײבקע און יענער האָט איבערגעלײנט אױפֿן שילד, „קאַרל מאַרקס־גאַס‟, און גלײַך געפֿרעגט זײַן טאַטן װער איז ער, אָט דער קאַרל מאַרקס. ר’ יאַנקל האָט אים געענטפֿערט, אַז קאַרל מאַרקס איז אַ באַרימטער בוכהאַלטער. „אַזױ װי אונדזער פֿעטער ניומע?‟ — פֿרעגט דער קלײנער. „װאָס רעדסטו עפּעס, — ענטפֿערט דער שמאַטעלאַטניק, — דער פֿעטער ניומע איז דער הויפּט־בוכהאַלטער‟.
מיר איז שװער צו זײַן אָביעקטיװ צו דעם ריזיקן מעדיאַ־קאָנצערן „אײראָניוז‟, װעלכער פּרעטענדירט צו זײַן אַזאַ מין נעאָ־ליבעראַלער „זײַטיקער‟ נײַעס־טרײַבער, נאָר אין מײַנע אױגן איז דער קאָנצערן ניט מער װי אַן אײדל פֿאַרקאָמופֿלירט „קול‟ פֿון דער „בריסלער פֿאַראײניקטער חבֿרה‟, װעלכע „דרייט דאָס רעדל אין אײראָפּע‟. איר האָט געדאַרפֿט זען דעם פּחד אין די אױגן פֿון דער בריטישער זשורנאַליסטין איזאַבעל קומאַר, די לײטערין פֿונעם „גלאָבאַלער דיאַלאָג‟, װען דער חבֿר כאָמסקי, אַזאַ ציכטיקער אַלטיטשקער ייִד אין רעװאָלוציאָנעלע הױזן ביז די פּאַכװעס, האָט גלײַך אַװעקגעלײגט די בידנע קאָרעספּאָנדענטין מיט אײן שאָס: „די װעלט גאַלאָפּירט צום תּהום‟, און שולדיק אין דעם זײַנען די „טעראָריסטישע, אַגרעסיװע פֿאַראײניקטע שטאַטן און די שטאַרקסטע אױף דער װעלט נוקלעאַר־גרױסמאַכט מדינת־ישׂראל‟. װאָס װײַטער, אַלץ שרעקלעכער, דהײַנו:
„עס זײַנען דאָ צװײ גלאָבאַלע סכּנות — דער קאַטאַסטראָפֿאַלער עקאָלאָגישער מצבֿ פֿון עולם־הזה און דאָס נוקלעאַרע געװער.‟
„אַמעריקע איז דער גרעסטער טעראָריסט אױף דער װעלט, װײַל זי הרגעט אומשולדיקע מענטשן מיט דער הילף פֿון די אָנפּילאָטניקעס. אַמעריקע און ישׂראל זײַנען די װירקלעכע סכּנה אױפֿן נאָענטן מזרח.‟
„דײַטשלאַנד האָט אָפּגענאַרט די רוסן און אױפֿגעשטעלט די מיליטער־באַזעס אױף די גרענעצן פֿון רוסלאַנד. פּוטין פֿירט זיך אױף אַזױ, װי עס װאָלט זיך אױפֿגעפֿירט יעדער אַנדערער לײטער פֿון רוסלאַנד. ׳נאַטאָ׳ איז אַן אמתע סכּנה פֿאַר רוסלאַנד.‟
„׳בריסל׳ האָט חרובֿ געמאַכט דעם טרױם װעגן דער װױלשטאַנד־געזעלשאַפֿט אין דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע. אײראָפּע איז אַ ראַסיסטישער קאָנטינענט. אײראָפּע איז אַ משרת פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און האָט מורא צו פֿירן אַן אומאָפּהענגיקע פּאָליטיק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.