(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אַז מע רעדט וועגן די ליובאַוויטשער ספֿרים, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער ערשטער רבי פֿון חב״ד, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, האָט פֿאַרגליכן לשון־קודש מיט די נאַטירלעכע שטיינער, און ייִדיש — מיט די ציגל. הגם די צאָל שטיינער אין דער וועלט איז באַגרענעצט, גיבן זיך מענטשן אַן עצה און שאַפֿן אַן אייגענעם בוי־מאַטעריאַל. ווען ייִדן רעדן דבֿרי־תּורה אויף זייער אומגאַנג־שפּראַך, בויען זיי כּסדר אויף נײַע „שטאָקן‟ איבערן לשון־קודשדיקן פֿונדאַמענט.
די פֿראַגע פֿון שפּראַכלעכער רײַכקייט איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל סוביעקטיווע קריטעריעס, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיטן עצם־לשון. אין די אַלטע ייִדישע ביכער פֿון מיט 200 יאָר צוריק פֿלעגט מען פֿאַרשרײַבן געוויסע ווערבאַלע פּרעפֿיקסן באַזונדערס. צום בײַשפּיל, דאָס וואָרט „פֿאַרשטיין‟ וואָלט מען אויסגעלייגט ווי צוויי ווערטער: „פֿר שטיין‟; די וואָקאַלן פֿלעגט מען אין יענער תּקופֿה אָפֿט אויסמײַדן.
להיפּוך, איז אינעם הײַנטיקן כּלל־ייִדיש פֿאַראַן די טענדענץ צו באַטראַכטן אַזעלכע צונויפֿגעשטעלטע קאָמבינאַציעס, ווי „הײַזער־בעלי־בתּים‟ אָדער „געזעלשאַפֿט־פּראָצעסן‟ ווי איין קאָמפּליצירט וואָרט. אינעם חרדישן אויסלייג איז פֿאַרשפּרייט אַ פֿאַרקערטע טענדענץ, פֿאַנאַנדערצוטיילן באַקאַנטע ווערטער און צו שרײַבן „הויז געזינד‟ און „וועלט קריג‟. רעדנדיק אויף דער זעלבער שפּראַך, קאָן אַ הײַנטיקער סאַטמאַרער חסיד און אַ נאָכפֿאָלגער פֿון אוריאל ווײַנרײַכס גראַמאַטישע כּללים אָפּשאַצן די אַלגעמיינע צאָל ייִדישע ווערטער אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין אַזעלכע לינגוויסטישע פֿאַרמעסטן אַ געוויסער שׂכל. אַזוי ווי פּערסיש אָדער דער אַלטער אָטאָמאַנישער טערקיש, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן אַראַבישן שיכט, איז ייִדיש אַ מין „היפּער־שפּראַך‟, וואָס טראָגט אין זיך דעם פּאָטענציאַל זיך צו באַנוצן כּמעט מיטן גאַנצן לשון־קודשדיקן וואָקאַבולאַר און דיקדוק. דווקא צוליב דעם, וואָס די טראַדיציאָנעלע ייִדיש־רעדער באַטראַכטן לשון־קודש ווי אַ הייליקע שפּראַך, און נישט אַ מיטל פֿון טאָג־טעגלעכער קאָמוניקאַציע, זאַפּט ייִדיש אין זיך אַרײַן כּמעט דעם גאַנצן לשון־קודשדיקן אוצר, און בויט אויף אויפֿן דאָזיקן יסוד אַ גרעסערן אוצר פֿון כּלערליי מעגלעכע ווערטלעך און אויסדרוקן. אין דעם זין באַקומט זיך, אַז דער הײַנטצײַטיקער חרדישער ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם באַגרענעצטן וואָקאַבולאַר און דער וואַקסנדיקער צאָל אַמעריקאַניזמען, האָט בעסער אָפּגעהיט דעם דאָזיקן כאַראַקטעריסטישן שטריך אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל וועלטלעכע ייִדישיסטן, קנאַפּע מבֿינים פֿון לשון־קודש. דער „היימישער ייִדיש‟ פֿון די חסידים פֿאַרמאָגט צוליב דעם ברייטן לשון־קודשדיקן עלעמענט ממש אַן אומבאַגרענעצטן פּאָטענציעלן ווערטער־אוצר.
כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿונעם איבערציילן אַלע מעגלעכע ווערטער אָן אַ סוף, באַנוצן זיך די פּראָפֿעסיאָנעלע לעקסיקאָגראַפֿן מיטן סטאַטיסטישן מעטאָד. אין אַ ווערטערבוך ווערן אײַנגעשלאָסן בלויז די לעקסישע איינסן אָדער די יסודותדיקע עלעמענטן, וואָס טרעפֿט זיך גענוג אָפֿט אין דער ליטעראַטור, און זענען פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ געבילדעטן שפּראַך־קענער. די ווערטערביכער עקזיסטירן אַ דאַנק דעם, וואָס זייערע מחברים פּרוּוון דווקא נישט איבערצוציילן אָן אַ סוף אַלע טעאָרעטישע מעגלעכקייטן פֿון לעבעדיקע מענטשלעכע שפּראַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.