(די 4 טע זײַט פֿון 4)
„פֿאַר מיר איז אַ כּבֿוד צו האָבן עלענאָר און פּיטער אין מײַן שיל, ווײַל זיי רעפּרעזענטירן די צוקונפֿט פֿון סינאַגאָגישן לעבן,‟ האָט ראַבינער דוד אינגבער, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „רוממו‟, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „איך וויל, אַז עלענאָרס צוגאַנג זאָל ווערן אַ מוסטער פֿאַר אַלע מענטשן, וואָס געהערן צו אַ צווייטן רעליגיזן גלויבן; מיר דאַרפֿן זיי זאָגן: ׳אויך איר האָט אַן אָרט אין אונדזער קהילה; פֿאַרקערט, איר קענט אונדז אויך לערנען נײַע זאַכן, און דערבײַ באַרײַכערן אונדז אַלעמען.‟
אינגבער האָט ציטירט ר׳ זלמן שעכטער־שלומי, דער גרינדער פֿון דער Jewish Renewal באַוועגונג, בײַ וועמען ער האָט זיך יאָרן לאַנג געלערנט. „ר׳ זלמן פֿלעג זאָגן, אַז אַלע רעליגיעס קענען אונדז לערנען עפּעס נײַס, אַז מיר אַלע זענען ווי די וויטאַלע אָרגאַנען פֿון איין גרויסן געזונטן גוף.‟
„ר׳ שלומי וואָלט אויך געזאָגט, אַז עלענאָר איז ׳פּסיכאָ־סעמיטיש׳ — גלײַך ווי די ייִדן אין אור־אַלטע צײַטן, וואָס האָבן געגלייבט אין יעזוס, אָבער פֿאָרט שטאַרק ליב געהאַט ייִדישקייט. איין מענטש קאָן ווערן אַ גר־צדק, אָבער אַן אַנדערער קאָן אונדז דינען ווי אַ גר־תּושבֿ. עלענאָר איז ווי דער אידעאַל פֿון אַ גר־תּושבֿ‟.
עלענאָר איז זייער דאַנקבאַר פֿאַר אינגבערס שטיצע, אָבער זי ווייסט, אַז אַ סך ייִדן פֿילן זיך נישט באַקוועם מיט איר לעבנס־באַשלוס. דעם פֿאַרגאַנגענעם חנוכּה, למשל, האָט סאָפֿיע, וואָס איז 9 יאָר אַלט, דערפֿילט, אַז איר מאַמען איז מסתּמט אומעטיק אויפֿן האַרצן, ווײַל זי האָט מער נישט מיט וועמען צו פּראַווען ניטל (עלענאָרס מאַמע איז געשטאָרבן אין 2009.) האָט סאָפֿיע באַשלאָסן צונויפֿצושטעלן אַ ניטל־קאַרטל פֿאַר דער מאַמען, און האָט געבעטן די קינדער אין איר קלאַס עס אונטערצושרײַבן. איין תּלמיד האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק: „איך וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט קריסטלעכקייט.‟ ווען סאָפֿיע האָט געגעבן דער מאַמען דאָס קאַרטל, האָט זי איר דערציילט וואָס יענער תּלמיד האָט געזאָגט. „ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס ער זאָגט דאָס, ווײַל איך קען גוט זײַנע עלטערן,‟ האָט עלענאָר געזאָגט. „כ׳האָב אָבער באַשלאָסן זיי גאָרנישט צו דערציילן וועגן דעם.‟
איזאַבעל ראַנגלט זיך, אַ פּנים, אויך מיט דעם ענין, אָבער געוויינטלעך געפֿינט זי אַן אויסוועג. ווען זי איז געווען 6 יאָר אַלט, למשל, האָט זי, באָדנדיק זיך אין דער וואַנע, געפֿרעגט די מאַמע: „ווי הייסט עס, ווען מע שפּריצט וואַסער אויף אַ מענטש וואָס מאַכט אים אַ קריסט?‟
„אַ באַפּטיזם,‟ האָט די מאַמע געענטפֿערט. איזאַבעל האָט זיך אַ רגע פֿאַרטראַכט און דערנאָך, מיט אַן ערנסטער מינע, דרײַ מאָל באַשפּריצט די מאַמע מיטן וואַנע־וואַסער און געשעפּשעט: „ברוך אתה ה׳ אלקינו מלך העולם, דו ביסט אַ קריסט‟.
דערנאָך האָט זי מיט אַ שמייכל זיך אײַנגעטונקען דרײַ מאָל אין דער וואַנע, און געזאָגט: „ברוך אַתּה ה׳ אלקינו מלך העולם, איך בין אַ ייִד!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.