(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט, אַז אַ טייל פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז די קריסטלעכע לעגענדע וועגן דעם „הייליקן גראַאַל‟, אַרײַנגערעכנט די מיטל־עלטערלעכע מעשׂה וועגן דעם בראַוון פּערציפֿאַל, האָט טאַקע ייִדישע וואָרצלען. וואַגנער האָט געשאַפֿן זײַן ווערק אויפֿן יסוד פֿון דער עפּישער פּאָעמע, וואָס דער דײַטשישער ריטער און פּאָעט וואָלפֿראַם פֿאָן עשענבאַך האָט אָנגעשריבן אינעם 13טן יאָרהונדערט. וואָלפֿראַם האָט זיך באַנוצט מיט אַן עלטערן ראָמאַן פֿונעם פֿראַנצויזישן טרובאַדור קרעטיען דע טרואַ. דער דײַטשישער פּאָעט, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט און פֿאַרבעסערט דע טרואַס פֿאָרלויפֿיק ווערק, גיט איבער, אַז די עצם־מעשׂה וועגן דעם „הייליקן גראַאַל‟ שטאַמט פֿון אַ געוויסן חכם, אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע און אַ מוסולמענישן טאַטן, וועלכער האָט געהייסן פֿלעגעטאַניס, געוווינט אין דער שפּאַנישער שטאָט טאָלעדאָ, און האָט פֿאַרשריבן די לעגענדע וועגן דעם „גראַאַל‟ אויף אַראַביש. אַ פּראָוואַנסאַלער פּאָעט מיטן נאָמען קיאָט — אַ געשמדטער ייִד, וועלכער האָט געקענט אַראַביש — האָט געפֿונען דעם כּתבֿ־יד פֿון פֿלעגעטאַניס און פֿאַרשפּרייט די לעגענדע צווישן די קריסטן.
הגם סײַ אין דער ייִדישער, סײַ אין דער מוסולמענישער געשיכטע בלײַבן די קרייץ־צוגן טרויעריק באַרימט ווי אַ תּקופֿה פֿון שרעקלעכער רציחה מצד די קריסטן, האָט יענע תּקופֿה אויך איבערגעלאָזט אַ גרויסן קולטורעלן אוצר, באַגײַסטערט פֿונעם קאָנטאַקט צווישן מיזרח און מערבֿ. עס קאָן זײַן, אַז די קלאַסישע קריסטלעכע לעגענדע וועגן דעם „הייליקער גראַאַל‟ איז פֿאַרבונדן מיט דער השפּעה פֿון ספֿרדישע און פּערסישע ייִדן.
לויט וואָלפֿראַם פֿאָן עשענבאַך, האָט פֿלעגעטאַניש, זײַענדיק אַ גרויסער מומחה אין אַסטראָלאָגיע, פֿאַרשטאַנען די באַהאַלטענע שפּראַך פֿון די שטערן און אַנטדעקט אויפֿן הימל דעם סוד פֿון אַ געוויסן וווּנדערלעכן אָביעקט — אַ מיסטעריעזער אַדלשטיין מיט וווּנדערלעכע איבערנאַטירלעכע אייגנשאַפֿטן, וועלכער איז געפֿאַלן פֿון די הימלען. אין זײַן אָפּערע, באַנוצט זיך וואַגנער מיט אַן אַנדער ווערסיע פֿון דער לעגענדע, לויט וועלכער דער מיסטעריעזער „גראַאַל‟ ווערט געשילדערט ווי אַ וווּנדערלעכער בעכער, פֿון וועלכן יעזוס האָט געטרונקען ווײַן, בעת דער לעצטער סעודה פֿאַר זײַן טויט. לויט דער קריסטלעכער ביבל, איז די „געהיימע וועטשערע‟ פֿאָרגעקומען בײַם פּסחדיקן סדר. די פֿריִיִקע קריסטן זענען געווען ייִדישע „משיחיסטן‟, וועלכע האָבן געפּראַוועט דעם יום־טובֿ מיט די אַרבע־כּוסות. הגם אין וואַגנערס ווערק טרעפֿן זיך אַנטיסעמיטישע רמזים, איז דער ייִדישער שורש פֿון דער לעגענדע גאַנץ קלאָר. עס באַקומט זיך, אַז דער „הייליקער גראַאַל‟ איז טאַקע אַן אוראַלטער היסטאָרישער קידוש־בעכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.