(די 4 טע זײַט פֿון 4)
אין דער ערשטער מעשׂה פֿונעם גרויסן רבין, באַפֿרײַט דער העלד, אַ מין ייִדישן פּאַרסיפֿאַל, די פֿאַרכאַפּטע פּרינצעסין — די שכינה, וועלכע ווערט אין דער ייִדישער טראַדיציע כּסדר סימבאָליש געשילדערט ווי אַ ווײַבלעכע פֿיגור. על־פּי־קבלה, געפֿינט זיך איצט די שכינה אין גלות, אײַנגעשמידט אין די קייטן פֿון גשמיות. יעדער ייִד מוז שטרעבן צו ווערן אַ רוחניותדיקער „ריטער‟, וועלכער איז גרייט מוסר־נפֿש צו זײַן, כּדי צו באַפֿרײַען די געטלעכע „פּרינצעסין‟ פֿון איר גלות און וואַרטן אויפֿן מלך־המשיח, וועלכער וועט עס פֿאַרווירקלעכן אינעם גלאָבאַלן מאַסשטאַב. אַגבֿ, ווערט אַ קידוש־בעכער, ווי אויך אַ שטיין, בפֿרט דער מיסטעריעזער „אבֿן־שתּיה‟, דער הימלישער פֿונדאַמענט פֿון דער וועלט, בפֿירוש אַסאָציִיִרט אין קבלה מיט דער ספֿירת־המלכות.
אויב מע נעמט אין באַטראַכט די היסטאָרישע וואָרצלען פֿון דער לעגענדע, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז וואַגנער האָט פֿאַקטיש איבערדערציילט, אויף זײַן שטייגער, אַ קלאַסישן קבלה־סוזשעט. זײַן העלד, פּונקט ווי אין רבי נחמנס מעשׂיות, גייט איבער סכּנותדיקע וועלדער און בערג אויפֿן וועג צום „שלאָס‟, וווּ ער אַנטדעקט די ספֿירת־המלכות, ברעכט דורך די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות, און באַפֿרײַט די שכינה — קונדרי — פֿון איר תּפֿיסה אין עולם־הזה.
ערנסט געזאָגט, זענען פֿאַרשיידענע אוראַלטע וועלט־לעגענדעס אַזוי טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן איינער מיט דער צווייטער, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו באַשטימען אויף זיכער זייערע היסטאָרישע וואָרצלען. אַדרבה, אויב אַ קריסטלעכע אָפּערע, וואָס די נאַציס האָבן אויפֿגענומען ווי זייער אייגענע, לאָזט זיך גרינג אָפּגעטײַטשט צו ווערן ווי אַ ייִדישע קבלה־מעשׂה, איז עס אַ קלאָרער סימן, אַז די נאַציאָנאַליסטישע זוכענישן פֿון „אמתע שרשים‟ זענען בכלל אַ נאַרישער פֿאַרמעסט. די שטודיעס פֿון היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן מיזרח און מערבֿ זענען אינטערעסאַנט, ווײַל זיי דעמאָנסטרירט די רעלאַטיווקייט און אומבאַשטימטקייט פֿון קולטורעלע גרענעצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.