(די 3 טע זײַט פֿון 4)
די פֿאָרשער פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע באַמערקן אָבער, אַז אין די לעגענדעס וועגן דעם „הייליקן גראַאַל‟ שטעקן טיפֿערע גײַסטיקע רמזים. הגם וואַגנער האָט פֿאַרוואַנדלט די אַלטע מעשׂה אין אַ מאָדערנער ראָמאַנטישער „ליברעטאָ‟, האָט ער אָפּגעהיט די עיקר־עלעמענטן פֿונעם „גראַאַל‟־סימבאָליזם. דער שלאָס, וווּ דער מיסטעריעזער וווּנדערלעכער אָביעקט געפֿינט זיך, שטייט אויפֿן שפּיץ פֿון אַ געוויסן באַרג, אַרומגערינגלט מיט אַ וואַלד.
די זוכענישן פֿונעם „גראַאַל‟ ווערן אַסאָציִיִרט מיט קאָמפּליצירטע דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען. דער העלד, וועלכער זוכט דעם געהיימנישפֿולן אָביעקט, מוז באַקעמפֿן אויף זײַן וועג זײַן תּאווה צו גשמיותדיקע פֿרויען. וואָס נענטער ער קומט צום „גראַאַל‟, אַלץ ווײַטער גייט ער אַוועק פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכער וואָר אין אַ וועלט פֿון וווּנדער־מעשׂיות. צום סוף, ווען ער געפֿינט דעם „גראַאַל‟, ראַטעוועט ער אַ געוויסע געטלעך־שיינע פֿרוי, קונדרי, פֿאַרשאָלטן דורכן בייזן כּישוף־מאַכער קלינגסאָר. די פֿרוי פֿאַלט טויט אויף דער ערד, איר נשמה ווערט באַפֿרײַט. די אָפּערע שליסט זיך מיט די ווערטער: „אויסלייזן דעם אויסלייזער‟.
ווי געזאָגט, זענען די אָריגינעלע לעגענדעס וועגן דעם „הייליקן גראַאַל‟ פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור פֿון מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע און פּראָוואַנס. דעמאָלט איז עס געווען אַ וועלט־צענטער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, קבלה און ייִדיש־מוסולמענישן קולטורעלן סינטעז. אַנרי קאָרבען, אַ באַרימטער פֿראַנצויזישער פֿאָרשער פֿון איסלאַמישע מיסטישע טראַדיציעס, האָט באַמערקט, אַז דער זעלבער בעכער־סימבאָליזם ווערט פֿאַקטיש אַסאָציִיִרט מיט דער רוחניותדיקער מדרגה פֿון „מאַלאַקוט‟, דער גענויער עקוויוואַלענט פֿונעם ייִדישן וואָרט „מלכות‟, וווּ די גרענעץ צווישן דער מענטשלעכער און געטלעכער וועלט ווערט צעשווענקט. לויט קאָרבען, שטאַמט די לעגענדע וועגן דעם „הייליקן גראַאַל‟ פֿון די מיזרחדיקע סימבאָלישע סיפּורי־מעשׂיות וועגן דעם גײַסטיקן וועג צו זײַן אינערלעכן געטלעכן שורש.
על־פּי־קבלה, דינט די ספֿירת־המלכות, די לעצטע אין דער קייט פֿון געטלעכע עמאַנאַציעס, ווי אַ צווישן־וועלט צווישן דעם געטלעכן ליכט און דער באַשאַפֿענער גשמיותדיקער וועלט. רבי יוסף־חיים פֿון באַגדאַד, דער באַרימטער איראַקישער מקובל, באַקאַנט ווי „בן איש חי‟, דערקלערט, אַז אויפֿן וועג צו דער דאָזיקער מדרגה, מוז דער מיסטישער העלד באַזיגן די „בייזע כּלבֿים‟. אַ גאַנצע ריי ענלעכע סוזשעטן געפֿינען מיר אויך אין רבי נחמן בראַצלעווערס באַרימטע מעשׂיות; לויט דער חסידישער טראַדיציע, דערציילן זיי אויך וועגן דעם וועג צו דער הייליקער שכינה, וועלכע ווערט אַסאָציִיִרט דווקא מיט דער ספֿירות־המלכות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.