אַ גרויסער סעזאָן בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟

A Big Season at New Yiddish Rep

דוד מאַנדלבוים
Facebook
דוד מאַנדלבוים

פֿון לייזער בורקאָ

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

מיט גאָרנישט לאָזט זיך גאָרנישט מאַכן, מע דאַרף דאָך אָנהייבן מיט עפּעס: טאַלאַנט, ענערגיע; אַ וויזיע, אַ חלום; אַ גרויסער קאַפּיטאַל שאַט אויך נישט. אָבער אויב ס׳איז דאָ כאָטש אַ ביסל עפּעס, גיט זיך אַ ייִד אַן עצה. אַזוי זעט מען אויפֿן מוסטער פֿונעם טעאַטער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, וואָס פֿירט אויף צענדליקער פֿאָרשטעלונגען מיט אַ נישטיקן בודזשעט. דער בעסטער באַווײַז איז אַוודאי „וואַרטן אויף גאָדאָ‟, וואָס דער אַנסאַמבל האָט געשפּילט צום ערשטן מאָל מיט צוויי יאָר צוריק — דאָס איז זיכער געווען די בעסטע טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאָרגעקומען דאָ אין ניו־יאָרק אין משך פֿון לאַנגע יאָרן.

דאָס יאָר וועט ווידער זײַן אַ וויכטיקס אין דער געשיכטע פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. ערשטנס, פּראַוועט די „פֿאָלקסבינע‟ איר הונדערטסטן יוביליי מיטן ריזיקן „קולטורפֿעסט‟, וואָס הייבט זיך אָן אָט־אָט, דעם 14טן יוני.

צווייטנס, האָט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אויך די סאַמע אַמביציעזע פּראָגראַם אין זײַן אַכט־יאָריקער געשיכטע. דעם 11טן יוני (טאַקע דרײַ טעג פֿאַרן „קולטורפֿעסט‟) שטעלט מען „2 פֿון וואָלף‟, צוויי איינאַקטערס, געשריבן פֿונעם ייִדיש־ענגלישן דראַמאַטורג וואָלף מאַנקאָוויץ, וואָס מע וועט שפּילן פֿערצן מאָל, ביזן 2טן יולי. און דעם האַרבסט שטעלט מען די קלאַסישע פּיעסע „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ פֿון אַרטור מילער, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָוו. דאָס וועט מען שפּילן עטלעכע חדשים און גאַנצע 37 מאָל.

איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיטן דירעקטאָר פֿון „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, דוד מאַנדלבוים, אין אַ יאַפּאַנישן רעסטאָראַן אויף דער איסט־סײַד.

ווער איז דער וואָלף מאַנקאָוויץ און פֿאַר וואָס שטעלסטו זײַנע פּיעסעס?

מאַנקאָוויץ איז געווען אַ זון פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין לאָנדאָן, וואָס איז געוואָרן אַ באַקאַנטער ענגלישער דראַמאַטורג, כאָטש ער האָט געוווינט אין אירלאַנד, צוליב די שטײַערן. צום באַדויערן, זײַנען אַ סך גוטע אייראָפּעיִשע דראַמאַטורגן ניט באַקאַנט דאָ אין אַמעריקע. פֿון די צוויי איינאַקטערס, וואָס מיר שטעלן, האָט מען בלויז איינעם דאָ אויפֿגעפֿירט — אין די 1980ער יאָרן, אָבער אין ענגלאַנד האָט מען אַפֿילו געמאַכט פֿילמען, באַזירט אויף זײַנע זאַכן. איין איינאַקטער זײַנעם, וואָס הייסט „די העברעיִשע לעקציע‟, האָט ער אַליין אָנגעשריבן אויף ייִדיש, ענגליש, און אירלענדיש. דעם צווייטן האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אונדזער פֿרײַנד שיין בייקער, וואָס וועט אויך שפּילן אין דער פֿאָרשטעלונג. ער האָט גלענצנדיק פֿאַרטײַטשט „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ מיט צוויי יאָר צוריק.

ווי האָט דער עולם זיך אָפּגערופֿן אויף אײַער איצטיקער פֿאָרשטעלונג „מאַכן סטאַלין זאָל לאַכן‟ — וועגן מיכאָעלס און דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער?

דער אָפּרוף איז געווען אַ גוטער. דאָס איז בלויז געווען אַ פֿאָרלייענונג, און ס׳האָט געדויערט דרײַ און אַ האַלב שעה! אָבער ס׳רובֿ מענטשן זײַנען געבליבן ביזן סוף — עטלעכע האָבן אַפֿילו געזאָגט, אַז ס׳איז ניט צו לאַנג! און דאָס צווייטע מאָל האָבן די אַקטיאָרן באַקומען אַ שטייענדיקע אָוואַציע. מע דאַרף נאָך היפּש אַרבעטן אויף דעם, פֿאַרקירצן, אָבער ס׳איז גוטע סחורה און איך האָף, אַז מיר וועלן עס קענען שטעלן אין דער צוקונפֿט, נאָך „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟.