(די 2 טע זײַט פֿון 4)
די ספּעציפֿיש רוסישע פֿילאָסאָפֿישע טראַדיציע בלײַבט ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע. איר ממשותדיקע השפּעה אויף די ייִדן, אַרײַנגערעכנט פּראָמינענטע חסידישע רבנים פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, בלײַבט אַן אומגעפֿאָרשט געביט. אַדרבה, די רוסישע פֿילאָסאָפֿן ווערן צומאָל אַפֿילו דערמאָנט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע מיט בפֿירוש פּריקרעדיקע אינסינואַציעס, וואָס דערמאָנען אין דער תּקופֿה פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟.
ווען רוסלאַנד האָט איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבערן אוקראַיִנישן האַלב־אינדזל קרים, מיט אַ יאָר צוריק, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿונעם רעכטן פּאָליטישן קאָמענטאַטאָר דייוויד ברוקס, וועלכער האָט באַשולדיקט דעם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, אינעם פּראָפּאַגאַנדירן די פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען פֿון ניקאָלײַ בערדיאַעוו, וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און איוואַן אילין. כּלומרשט, עס שטעקט אין דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון די דאָזיקע דענקער עפּעס אַ געפֿערלעכער סם.
אַן ענלעכער אַרטיקל איז אין דער זעלבער צײַט דערשינען אין „וואַשינגטאָן פּאָסט‟. די מחברטע, מאַרינאַ סנעגאָוואַיאַ, האָט געטענהט, אַז די רוסלענדישע רעגירונג שטיצט אָפֿיציעל ווי אַ פּאָליטישע שיטה אַ „גאַנצע כאָפּטע‟ נאַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿן, און דערמאָנט ווידער די זעלבע דרײַ נעמען. פֿאַרשיידענע מאָדנע דיסקוסיעס וועגן דער השפּעה פֿון רוסישער נאַציאָנאַלער פֿילאָסאָפֿיע אויף דער רוסלענדישער רעגירונג און פּערזענלעך אויפֿן פּרעזידענט גייען נאָך אַלץ אָן אויף דער אינטערנעץ. פּוטין און זײַנע מעשׂים בײַ זיך אין לאַנד און אויסער די גרענעצן איז אַ געשיכטע פֿאַר זיך. לאָמיר בעסער באַטראַכטן די דרײַ דערמאָנטע פֿילאָסאָפֿן און זייער באַציִונג צו ייִדן.
איוואַן אילין איז טאַקע געווען גאָר אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער פּאַרשוין, אַ פּראָ־פֿאַשיסטישער מאָנאַרכיסט, וועלכער האָט פֿאַרטיידיקט היטלערן אין די 1930ער יאָרן. שפּעטער, וווינענדיק אין דער שווייץ, וווּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿונעם נאַצי־דײַטשלאַנד, האָט אילין זיך באַקלאָגט וועגן דעם „סאַדיזם פֿון אוישוויץ‟ און שאַרף קריטיקירט די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניעס פֿון סטאַלינס רעזשים. וואָס שייך פֿילאָסאָפֿיע, איז דער דאָזיקער טוער באַקאַנט ווי אַן אידעאָלאָג פֿון דער מיליטאַנטיש־מאָנאַרכיסטישער „ווײַסער‟ באַוועגונג און אַ שׂונא פֿון טאָלסטויס פּאַציפֿיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.