(די 4 טע זײַט פֿון 4)
וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו (1853—1900) איז געווען אַ טיפֿער מיסטישער דענקער, וועלכער האָט ממשותדיק משפּיע געווען נישט בלויז אויף בערדיאַעוון און אַנדערע רוסישע פֿילאָסאָפֿן, נאָר אויך אויף אַ צאָל חסידישע רבנים. אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, באַמערקט הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, אַז אַזעלכע דערהויבענע מענטשן, ווי סאָלאָוויאָוו, דינען ווי אַן עדות, אַז נישט בלויז בײַ ייִדן טרעפֿן זיך הויכע נשמות מיט טיפֿע געטלעכע השׂגות. אַלכּסנדראָוו, אַ תּלמיד פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועלכער איז געוואָרן אַ פּראָמינענטער חב״דניק, איז געווען גאָר אַן אייגנאַרטיקער ייִדישער פֿילאָסאָף. אַן אַנדער באַקאַנטער חב״דניק, דער דערמאָנטער הרבֿ חן, גייט נאָך ווײַטער און דערקלערט, אַז סאָלאָוויאָוו מוז האָבן אַ ייִדישע נשמה און איז ברוחניות אַ ייִד, „וועלכן פֿעלט בלויז דער פֿאָרמעלער גיור‟.
זײַענדיק אַ טיף גלייבנדיקער קריסט, האָט סאָלאָוויאָוו שטודירט גמרא און קבלה, און איז געווען אַ באַרימטער פֿאַרטיידיקער פֿון ייִדן. הלל צייטלין, אַן אַנדער באַקאַנטער ייִדישער פֿילאָסאָף־עקזיסטענציאַליסט און אַן התלהבֿותדיקער חסיד, וועלכער האָט קאָמבינירט די שיטות פֿון חב״ד און בראַצלעוו, האָט אויך אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו סאָלאָוויאָווס געדאַנקען, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקע השפּעה אויף זײַן אייגענער פֿילאָסאָפֿיע. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צייטלין האָט זיך מיט אַ גרויסן אינטערעס באַצויגן צו אַן אַנדער רוסישן פֿילאָסאָף, לעוו שעסטאָוו, נישט געקוקט אויף דער סתּירותדיקער ביאָגראַפֿיע פֿונעם דאָזיקן דענקער. געבוירן ווי יהודה־לייב שוואַרצמאַן, האָט שעסטאָוו זיך שפּעטער געשמדט און זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם פּאַריזער קרײַז פֿון רוסישע קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿן.
אַדרבה, הלוואַי זאָל פּוטין און זײַן רעגירונג זיך טאַקע צוהערן צו די דאָזיקע חכמים, בערדיאַעוו און סאָלאָוויאָוו, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט די מלוכישע מאַכט און פֿאַרטיידיקט די פּערזענלעכע פֿרײַהייט פֿון יעדן מענטש.
אַפֿילו אַזאַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט, ווי דער שרײַבער־קלאַסיקער פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי, אַן אייגנאַרטיקער פֿילאָסאָף, האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אויף דער ייִדישער גאַס. למשל, חן דערמאָנט אין זײַן ספֿר דאָסטאָיעווסקיס מעשׂה וועגן דער זונה סאָניאַ מאַרמעלאַדאָוואַ, ווי אַן אילוסטראַציע פֿון אַ עבֿירה־לשמה — זינד לשם־שמים.
די אַמעריקאַנער „ניו־יאָרק טײַמס‟ מעג דערמאָנען די רוסישע פֿילאָסאָפֿישע טראַדיציע בלויז אין שײַכות צום פּאָליטישן סקאַנדאַל און אוקראַיִנע. אין אַזעלכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען, ווי דער „אַרבעטער־רינג‟, „ייִדיש־פֿאַרם‟, די פּאַריזער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ און אַפֿילו די חסידישע חב״ד־באַוועגונג, שפּילן אָבער די רוסישע פֿילאָסאָפֿישע השפּעות נאָך אַלץ אַ ממשותדיקע ראָלע.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און חב״ד אין ווירבל פֿון געשיכטע,
נעאָ־חסידות אין דער וואַרשעווער געטאָ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.