(די 3 טע זײַט פֿון 4)
וואָס שייך סאָלאָוויאָוו און בערדיאַעוו, איז אָבער נישט ריכטיק זיי צו באַשולדיקן אין טאָטאַליטאַריזם אָדער שאָוויניזם. אַדרבה, ביידע פֿילאָסאָפֿן האָבן געשטיצט די אידעאַלן פֿון פֿרײַהייט, שלום און יושר, כּסדר פֿאַרטיידיקט די ייִדן, געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם, און האָבן ממשותדיק משפּיע געווען אויף די ייִדישע פֿילאָסאָפֿן פֿון זייער תּקופֿה, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע חסידישע רבנים.
ס׳איז אמת, אַז די ספּעציפֿיש רוסישע שיטה פֿון פֿילאָסאָפֿיע איז אָפֿט טיף פֿאַרבונדן מיט דער פּראַוואָסלאַוונער קריסטלעכער טראַדיציע. אינעם פֿריִיִקן 19טן יאָרהונדערט, האָבן אַ גאַנצע ריי רוסישע פֿילאָסאָפֿן אָנגעהויבן באַטראַכטן די ראָלע פֿון רוסלאַנד, פֿונעם רוסישן פֿאָלק און פֿון דער רוסיש־אָרטאָדאָקסישער קירך אין דער וועלט. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט די ייִדישע דענקער צו שעפּן פֿון אַזעלכע קוואַלן און אָפּצוטײַטשן זיי אויף אַ ייִדישן אופֿן. נאָך דער רעוואָלוציע, זענען אַ סך רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן קיין מערבֿ־אייראָפּע. אין די 1930ער יאָרן האָט זיך אין פּאַריז געשאַפֿן אַ גאַנצער רוסישער פֿילאָסאָפֿישער קרײַז. ניקאָלײַ בערדיאַעוו (1874—1948), לכתּחילה אַ מאַרקסיסט, דערנאָך — אַן אייגנאַרטיקער קריסט, וועלכן די קירך האָט פֿאַרדאַמט פֿאַר אַפּיקורסות אינעם יאָר 1913, איז שפּעטער געוואָרן זייער אַן אָריגינעלער גײַסטיקער עקזיסטענציאַליסט. הגם ער האָט געגלייבט אינעם אוניקאַלן היסטאָרישן גורל און דרך פֿון רוסלאַנד, האָט ער אויך באַטאָנט די איבערנאַטירלעכע אויסדערוויילטע ראָלע פֿון די ייִדן אין דער וועלט.
הרבֿ יונתן סאַקס, דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ, באַמערקט אין זײַן עסיי „יעקבֿס גורל, ישׂראלס נאָמען‟, אַז בערדיאַעוו האָט קריטיקירט די ייִדישע טראַדיציע פֿאַרן שטעלן אַ צו שטאַרקן אַקצענט אויף די גשמיותדיקע סאָציאַלע ווערטן. דעריבער, האָט דער דאָזיקער פֿילאָסאָף געטראַכט, אַז דער רעוואָלוציאָנערער מאַרקסיזם איז בעצם אַ סעקולאַריזירטער גילגול פֿון ייִדישקייט. בערדיאַעוו האָט געשריבן, אַז „דאָס מלכות־שמים איז אַנאַרכיע‟; ווען מע שטרעבט צו שאַפֿן אַן אוטאָפּיע אין עולם־הזה, קאָנען זיך אָבער באַקומען אַזעלכע קרומע רעזולטאַטן, ווי די אַכזריותדיקע באָלשעוויסטישע מאַכט. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער דאָזיקער קריסטלעכער פֿילאָסאָף האָט זיך, בדרך־כּלל, באַצויגן צו ייִדן און ייִדישקייט מיט אַ טיפֿער סימפּאַטיע, און אינעם פּאָליטישן זין איז ער געווען שוין גיכער אַ לינקער; בערדיאַעוו האָט געשטיצט, אַזוי ווי טאָלסטוי, אַן אייגענע ווערסיע פֿון רעליגיעזן סאָציאַליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.