(די 2 טע זײַט פֿון 3)
איינע פֿון די ערשטע פֿראַגעס, וואָס ייִדן פֿון אַנדערע לענדער שטעלן אונדז, איז וויפֿל ייִדן זענען דאָ הײַנט אין פּוילן? ווי געזאָגט, קיין סך ייִדן זענען אין פּוילן נישטאָ. אָבער צווישן די וואַזשנע שישקעס, סײַ אין דער פּאָליטיק, סײַ אין דער וויסנשאַפֿט און קולטור, געפֿינט מען יאָ ייִדן.
אַלע קענען די ייִדישע פֿרוי פֿונעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער שיקאָרסקי, די באַרימטע זשורנאַליסטין און שרײַבערין, אַן עפּעלבאַום. במילא, זענען זייערע צוויי זין, אויך ייִדן. דער איצטיקער פּרעזידענט קאָמאָראָווסקי אַליין האָט אַ ייִדישע פֿרוי. דאָס הייסט, אַז לויט איר איצטיקן גלויבן איז זי קאַטויליש, אָבער הלכיש איז זי פֿאָרט אַ ייִדישע טאָכטער, ווי אויך אירע קינדער. די משפּחה־מיטגלידער פֿונעם נײַעם פּרעזידענט, דודאַ, קענען ווערן ישׂראל־בירגער לויט דעם אַזוי גערופֿענעם חוק־השבֿות. אַנדזשיי דודאַס שווער, איז אַ ייִדישער פּראָפֿעסאָר און פּאָעט מיטן נאָמען יוליאַן קראָנהאַוזער. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע פֿון דער פּוילישער שפּראַך, די העכסטע לינגוויסטישע אינסטאַנץ אין לאַנד.
דער רעדאַקטאָר פֿון דער גרויסער ליבעראַלער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, וואָס איז שטאָל און אײַזן קעגן דעם נײַעם פּרעזידענט, איז אויך אַ ייִד, וואָס האָט משנה־שם געווען פֿון ייִדיש אויף פּויליש — אָדם מיכניק. אַגבֿ, כּמעט קיינער דאָ ווייסט נישט, אַז אָדם איז אויך אַ הונדערט פּראָצענטיקער ייִדישער נאָמען. הייסט עס, אַז כאָטש די רעגיסטרירטע ייִדן זענען אין פּוילן אַן ערך דרײַ טויזנט, איז די צאָל פֿון די ייִדן, לויט אַלע סימנים, אַ סך גרעסער.
ווי מען לייגט דעם קראַנקן איז אים שלעכט. ווען די פּאָליאַקן וואַרפֿן אַרויס די ייִדן פֿון דער אַרבעט, ווי זיי האָבן עס געטאָן אין 1968, איז עס נישט גוט. ס’איז נאָך אַ באַווײַז, אַז זיי זענען שׂונאי־ישׂראל.
ווען די פּאָליאַקן שטיצן דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, איז אויך נישט גוט. פֿאַר וואָס? ווי עס האָט געשריבן ראָמאַן פֿריסטער, זאָל אים גרינג זײַן די ערד, איז דער ייִדישער טעאַטער נישט קיין אמתער ייִדישער טעאַטער. אַלע אַקטיאָרן זענען בלאָנדע גויים, וואָס טוען אָן שוואַרצע פּאַרוקן און חזרן איבער ייִדישע טעקסטן, וואָס זיי פֿאַרשטיין אין גאַנצן נישט. איז ראשית־כּל, דאָס רובֿ פּאָליאַקן זענען נישט בלאָנד, אַזוי אַרום, אַז אַ סך פֿון זיי קענען פֿאַרשפּאָרן דאָס קויפֿן שוואַרצע פּאַרוקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.