דער צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור אין וואַרשע עפֿנט טיר און טויער פֿאַר דער 13טער אינטערנאַציאָנאַלער זומער־פּראָגראַם, וואָס הייבט זיך אָן דעם 29סטן יוני אינעם בנין פֿונעם ייִדישן צענטער אויף דער אַנדערס־גאַס אין מיטן וואַרשע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז, חוץ ייִדישע שפּראַך-קורסן פֿאַר אָנהייבער און פֿאָרגעשריטענע, לייגט די וואַרשעווער פּראָגראַם פֿאָר אַ ריי אַטראַקציעס, ווי למשל, וואַרשטאַטן פֿאַר ייִדישע לידער און טעאַטער, עקסקורסיעס, פֿילמען וכדומה.
די סטודענטן וועלן זיך באַקענען מיטן וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, דעם ייִדישן מוזיי, און דעם גרויסן ייִדישן בית־עולם, וווּ די חסידים קומען אויף קבֿרי־צדיקים און די ייִדישיסטן — אויף די קבֿרים פֿון פּרץ, אַנ-סקי און אַנדערע גרויסע ייִדישע שרײַבער.
אין וואַרשע קען מען נאָך האָבן אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו טרעפֿן זיך מיט ייִדן, וועלכע רעדן אַן אמתן פּוילישן ייִדיש, וואָס האָט זיך נישט געביטן צוליב דער עמיגראַציע קיין ישׂראל אָדער אַמעריקע.
נאָך צוויי מעלות, וואָס וואַרשע פֿאַרמאָגט. ראשית־כּל, איז דער פּוילישער זומער אַ סך אַנגענעמער ווי דער תּל-אָבֿיבֿער אָדער אַפֿילו דער ניו-יאָרקער זומער. וואָס שייך דער פּראָגראַם גופֿא, וואָלט אפֿשר געווען כּדאי צוצוגעבן אַן אַרײַנפֿיר צו דער פּוילישער שפּראַך פֿאַר די סטודענטן, וואָס קומען פֿון דער גאַנצער וועלט. פּויליש האָט געהאַט אַ געוואַלדיקע השפּעה אויף ייִדיש; און אַז מען איז שוין דאָ אין לאַנד, איז ווערט צו כאַפּן כאָטש אַ באַגריף וועגן דעם.
די פּוילישע סטודענטן האָבן, פֿאַרשטייט זיך, אַ היפּוכדיקע פּראָבלעם. עס פֿעלן זיי קענטענישן אין עבֿרית. זיי האָבן שוועריקײטן מיט די לשון-קודשדיקע קאָמפּאַנענטן פֿון דער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.