(די 3 טע זײַט פֿון 3)
בשכנות מיטן מוזיי־בנין שטייט אַן אַלטער קלויסטער פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, אונטער וועלכן די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אַ 2000־יאָריקן רוימישן צווינטער און ייִשובֿ. דעם ערשטן געבעט־הויז האָבן די קריסטן אויפֿגעשטעלט אויפֿן דאָזיקן אָרט נאָך אינעם 5טן יאָרהונדערט. בעצם, דינען די אונטערערדישע אויסגראָבונגען ווי אַ צווייטער טייל פֿונעם מוזיי.
מע ווייסט, אַז אין אַ טייל דרום־פֿראַנצויזישע שטעט האָבן די ייִדן געוווינט מיט איבער 2000 יאָר צוריק. נישט געקוקט אויף די קאָנקורירנדיקע היסטאָרישע טעאָריעס וועגן די וואָרצלען פֿון דער אַשכּנזישער טראַדיציע און דער ייִדישער שפּראַך, בלײַבט קלאָר, אַז מאַקס ווײַנרײַך האָט ריכטיק באַמערקט די גרויסע ראָלע פֿון די אוראַלטע פֿראַנצויזישע קהילות אין דער געשיכטע פֿון די אַשכּנזים. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען און אויסגראָבונגען וועלן וואַרפֿן מער שײַן אויף די בראשיתדיקע שרשים פֿון אונדזער ייִדיש־קולטור.
די לאַנגע פּראָוואַנסאַלער געשיכטע און די אַרומיקע נאַטור רופֿט אַרויס אַ ראָמאַנטיש געפֿיל פֿון „פֿאַרצײַטישקייט‟. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע יונגע שטעט, ווי ניו־יאָרק אָדער פּעטערבורג, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז יעדע פֿאַרצײַטיקע חורבֿה אין פּראָוואַנס שטייט דאָרטן זינט אָדם־הראשונס טעג. דערצו, טרעפֿן זיך אויף יעדן שריט און טריט, כּמעט אין יעדעס אָרטיק שטיינדל, פֿאַרשיידענע פֿאַרשטיינערטע פֿאָרהיסטאָרישע בעלי־חיים און פֿלאַנצן. די רעשטלעך פֿון לאַנג־פֿאַרשוווּנדענע אַמאָניטן און אַנדערע מיסטעריעזע באַשעפֿענישן פֿון פֿריִערדיקע געאָלאָגישע תּקופֿות וואַלגערן זיך ממש אונטער די פֿיס.
דער שפּאַנישער קינסטלער זשאָאַן פֿאָנטקובערטאַ האָט געשאַפֿן אינעם גאַסענדי־מוזיי אַן אויסשטעלונג, וועלכע האָט מיך צום גרעסטן פֿאַרחידושט. אַ גאַנצער זאַל דערציילט וועגן אַ געוויסן גלח מיטן נאָמען זשאַן פֿאָנטאַנאַ, אַ מין גילגול פֿון גאַסענדי, וועלכער האָט, כּלומרשט, אַנטדעקט די פֿאַרשטיינערטע ביינער פֿון „הידראָפּיטעקן‟ — מיסטעריעזע כּמו־מענטשן מיט פֿיש־עקן. דער קינסטלער האָט אַרײַנגעשטעקט אַ צאָל זײַנע שאַפֿונגען אין די פֿעלדזן פֿונעם אָרטיקן געאָלאָגישן פּאַרק, צווישן עכטע פֿאָסילן, כּדי איבערצײַגן דעם עולם, אַז די לעגענדאַרע וואַסער־מיידלעך האָבן טאַקע עקזיסטירט אין פּראָוואַנס מיט מיליאָנען יאָר צוריק.
ערשט בײַם סוף, ווען די באַזוכער פֿונעם מוזיי הייבן אָן גלייבן אין דער דאָזיקער גוואַלדיקער וויסנשאַפֿטלעכער אַנטדעקונג, דערקלערט מען, אַז ס׳איז בלויז אַ קינסטלערישע פֿיקציע — טאַקע זייער אַ געראָטענע און צוגעפּאַסטע צו דער רעטענישפֿולער אַטמאָספֿער פֿונעם אוראַלטן שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.