(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ באַרימט זיך מיטן סאַמע־גרעסטן אויסוואַל פֿון קלאַסן אויף דער וועלט, וואָס מע לערנט טאַקע אויף ייִדיש. סוף סעפּטעמבער וועלן זיך דאָרטן אָנהייבן אַ ריי קלאַסן אויף ייִדיש פֿאַר מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן אויף פֿאַרשידענע טעמעס.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן דריטן ניוואָ וועלן שרון בר־כּוכבֿא און נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד לערנען אַ קורס אויף דער טעמע „וואָס מיינט צו זײַן אַ ייִד: טראַדיציאָנעלע און מאָדערנע ענטפֿערס אין דער ליטעראַטור‟. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן מאָנטיק, פֿון 7 ביז 9 אַזייגער אין אָוונט.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן פֿערטן ניוואָ וועט אַהרן וואַלדמאַן לערנען אַ קורס וועגן הומאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור (יעדן מאָנטיק, פֿון 2 ביז 4 אַזייגער נאָכמיטאָג). וואַלדמאַן וועט אויך, צוזאַמען מיט נאַטאַליע קריניצקאַ, לערנען דעם זעלביקן קורס מיטוואָך אין אָוונט, פֿון 7 ביז 9 אַזייגער בײַ נאַכט.
פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועלן מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון לייב נײַדוסן (יעדן מאָנטיק, פֿון 2 ביז 4 אַזייגער נאָכמיטאָג). נאַטאַליע קריניצקאַ וועט אָפֿנירן מיט אַ סעמינאַר וועגן דעם סטיל און אידיאָמאַטיק פֿון חיים גראַדע און דעם „נסתּר‟ (יעדן דינסטיק, פֿון 6:30 ביז 8:30 אין אָוונט). יעדן דאָנערשטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט רובי מאָנעט לערנען אַ קלאַס וועגן די פֿאַמיליע זינגער.
יעדן דינסטיק, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט דער באַקאַנטער ייִדיש־קענער יצחק ניבאָרסקי לערנען אַ קלאַס וועגן די לשון־קודשדיקע ווערטער אין די ווערק פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ. ער וועט אויך, צוזאַמען מיט טל חבֿר־כיבאָווסקי, לערנען אַ קלאַס וועגן דער געשיכטע פֿון דער „צאינה־וראינה‟ (יעדן דאָנערשטיק, 6 אַזייגער אין אָוונט).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.