געראַטעוועט אַ פֿרעמדן

Saving a Stranger's Life

יצחק פּינקעס בײַ אַ פֿעכערײַ־פֿאַרמעסט.
Facebook
יצחק פּינקעס בײַ אַ פֿעכערײַ־פֿאַרמעסט.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 02, 2015, issue of August 21, 2015.

אַז מע פֿרעגט יצחק פּינקעס, פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו שענקען אַ טייל פֿון זײַן לעבער צו אַ פֿרוי, וואָס ער האָט בכלל ניט געקענט, זאָגט ער פּשוט: „ווי אַזוי וואָלט איך דאָס ניט געקענט טאָן?‟ ניט געקוקט, אָבער, אויף זײַן ענטפֿער, איז פּינקעס, אַ יונגער פֿאָטער פֿון צוויי קינדער, וואָס וווינט אין מעדיסאָן, וויסקאָנסין, וווּ ער אַרבעט ווי אַ שאַפֿער פֿון קאָמפּויטער־אַפּליקאַציעס, דווקא איינער פֿון די סאַמע־ערשטע אין ניו־יאָרק אַוועקצוגעבן אַ פֿרעמדן אַ טייל פֿון זײַן לעבער.

די אָפּעראַציע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי אינעם „ניו־יאָרק־פּרעסביטעריען‟־שפּיטאָל אין מאַנהעטן. פּונקט צוויי וואָכן שפּעטער האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין אַ רעסטאָראַן אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟, וווּ פּינקעס האָט גערעדט וועגן זײַן לעבן און זײַן באַשלוס צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַ פֿרוי פֿון אַ חסידישער קהילה, אַ וועלט, וואָס ער האָט אַליין געהאַט פֿאַרלאָזט.

יצחק פּינקעס איז אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין באָבעווער און קאַרלין־סטאָלינער ישיבֿות. שטענדיק אַ קלוג קינד, וועמענס אינטערערסן זענען אָפֿט געווען אויסער די ראַמען פֿון אַ געוויינטלעכן חסידישן בחור, איז ער פֿאַרכאַפּט געווען מיט וויסנשאַפֿטלעכע און עטישע ענינים. צו 17 יאָר איז ער פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין דער הלכישער פּראָבלעם פֿון נעמען אָרגאַנען בײַ פֿרישע מתים, כּדי זיי איבערצופֿלאַנצן אין פּאַציענטן.

„איך בין רעגלמעסיק געגאַנגען צו דער קאָנפֿערענץ פֿון דער ׳אַסאָציאַציע פֿון אָרטאָדאָקסישע וויסנשאַפֿטלער׳,‟ האָט פּינקעס דערקלערט. „דאָרטן רעדט מען אַרום די ענינים, אין וועלכע ס׳איז דאָ אַ קאָנפֿליקט צווישן וויסנשאַפֿט און הלכה. דערפֿאַר איז דאָס איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען געווען אַן אָפֿטע טעמע אויף דער קאָנפֿערענץ‟.

בײַ אָרטאָדאָסקישע ייִדן איז דער ענין פֿון איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען פֿון פֿרישע מתים (Cadaver Organ Transplantation) אַ קאָנטראָווערסיעלע: כּמעט אַלע חרדישע פּוסקים האַלטן, אַז מע טאָר ניט אַרויסנעמען קיין אָרגאַנען בײַ אַ ייִדישן מת. ס׳רובֿ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פּוסקים האַלטן פֿאַרקערט, אַז מע קען עס יאָ טאָן צוליבן פּרינציפּ פֿון פּקוח־נפֿש. פּינקעס האָט שטאַרק מיטגעשטימט מיט דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער פּערספּעקטיוו און האָט אָנגעהויבן אַרומצורעדן דעם ענין מיט פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט רבנים. ער האָט אָבער ניט געקענט אײַנרעדן קיין סך חסידים, אַז אַזעלכע פּראָצעדורן זענען ניט אָסור.

„דאָס איז געווען איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וואָס האָט מיך אַוועקגעשטופּט פֿון דער חרדישער וועלט,‟ האָט פּינקעס דערקלערט. „איך קען ניט זאָגן, אַז ס׳איז געווען די הויפּט־סיבה; צו יענער צײַט האָב איך שוין געהאַלטן אין פֿאַרלאָזן יענע קרײַזן. אָבער דער אומבייגעוודיקער אופֿן, ווי אַזוי מע פּסקנט אויף הלכישע שאלות, באַזירט אויפֿן סטאַטוס־קוואָ אַנשטאָט וואָס איז ריכטיק, האָט מיך שטאַרק געאַרט. דער חיובֿ צו ראַטעווען אַ לעבן איז וויכטיקער ווי דאָס, וואָס עס זאָל שטיין אינעם מדרש‟.