ווען די הייליקע „ימים הנוראים‟ דערנענטערן זיך, קומט אויף מיר אַ שווערע שטימונג, ווײַל אין אָט דער צײַט זײַנען אַוועק אין דער אייביקייט ביידע מײַנע עלטערן. מײַן טאַטע, דער חורבן־שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז ניפֿטר געוואָרן חול המועד סוכּות ט״ז תשרי תשל״ח מיט 41 יאָר צוריק, און מײַן מאַמע, הינדע אתיה (פֿון דער היים — וואָלף), איז באַערדיקט געוואָרן ערבֿ ראש־השנה תּשס”א מיט 15 יאָר צוריק. ביידע ליגן זיי אין ירושלים, אויפֿן הר־הזיתים.
אין דער דאָזיקער טרויעריקער צײַט, קלער איך זיך טיפֿער אַרײַן אין מײַנע קינדער־יאָרן. איך דערמאָן זיך אין אונדזער וואַרעמער ייִדישער היים; ווי אַזוי מײַנע עלטערן האָבן אונדז דערצויגן, אין דעם חילוק צווישן זיי בײַ זייער אויסבליק צום לעבן. ביידע האָבן זיי איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום און על־פּי־נס געבליבן לעבן. מײַן טאַטע, אַ פּוילישער ייִד, האָט געהונגערט 4 יאָר אין דער לאָדזשער געטאָ, דערנאָך געווען אין אוישוויץ און אַרבעטס־לאַגערן. מײַן מאַמע, אַ רומענישע, האָט איבערגעלעבט אוישוויץ און בערגען־בעלזען. ביידע האָבן פֿאַרלוירן כּמעט די גאַנצע משפּחה.
זיי האָבן זיך ניט געקענט פֿאַר דער מלחמה. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיי זיך געטראָפֿן אין שוועדן, וווּ דער „רויטער קרייץ‟ האָט זיי איבערגעפֿירט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער. זיי האָבן חתונה געהאַט אין דער גרויסער שיל אין שטאָקהאָלם. מײַן שוועסטער מרים־סערל און איך, ביילע, זענען דאָרט געבוירן געוואָרן. מײַן טאַטע האָט געפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט מאַקס ווײַנרײַך און די משפּחה האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע דורכן „הײַאַס‟, ספּאָנסירט פֿון ייִוואָ.
מיר זײַנען געווען אַ משפּחה פֿון פּליטים, נײַ־געקומענע „גרינע‟ אינעם גאָלדענעם לאַנד, ווײַט פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שורשים. פֿאַרן טאַטן איבערהויפּט איז געווען זייער וויכטיק, אַז זײַנע טעכטער זאָלן קענען ייִדיש. אין דער היים האָבן מיר גערעדט נאָר ייִדיש. דער טאַטע איז זייער שטרענג געווען מיט דעם און פֿאַרבאָטן מיר זאָלן רעדן ענגליש אין דער היים. איך האָב ענגליש געלערנט נאָר אין קינדערגאָרטן, אָבער דער טאַטע אַליין האָט ניט געוואָלט זיך לערנען ענגליש. ער האָט געוואָלט אָפּהיטן זײַן ייִדישן וואָקאַבולאַר. ווען כ’האָב אים אַ מאָל געפֿרעגט וועגן דעם, האָט ער מיר דערקלערט, אַז ער האָט מורא, אַז עס וועט זיך אויסמעקן בײַ אים זײַן ייִדישער ווערטער-אוצר. ער האָט געגלייבט, אַז יעדעס ענגליש וואָרט וואָס גייט אַרײַן אין זיין מוח, שטויסט אַרויס אַ ייִדיש וואָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.