(די 3 טע זײַט פֿון 3)
חינוך איז געווען זייער וויכטיק אין מײַן טאַטנס אויגן און מיר האָבן געלערנט אין די בעסטע ישיבֿות: מײַן שוועסטער אין „ראַמאַז‟, און איך אין „ישיבת אור תּורה‟, וווּ מײַן טאַטע האָט אָראַנזשירט פֿאַר אונדז סטיפּענדיעס. אַלע יאָרן האָב איך זיך געלערנט מיט אַמעריקאַנער קינדער פֿון מאַנהעטן און זיך געפֿילט „אַנדערש‟, ניט אַזוי ווי זיי. יענע האָבן געהאַט טאַטעס, וואָס האָבן געאַרבעט בײַ פֿוטער-מאַנטלען, בריליאַנטן, אאַז”וו. מײַנע עלטערן זײַנען געווען אָרעם, גאָרניט פֿאַרמאָגט, געקומען מיט ליידיקע הענט קיין אַמעריקע; זיי האָבן ניט געקאָנט גוט רעדן ענגליש. מײַן מאַמע פֿלעגט מיך אָנטאָן ווי אַ מיזרח-אייראָפּעיִש מיידעלע, איך האָב אַפֿילו געהאַט צוויי לאַנגע צעפּלעך. די מאַמעס פֿון די אַנדערע קינדער זײַנען געווען אויסגעפּוצט מיט „מייק-אַפּ‟, זענען באַצירט געווען מיט גאָלד און דימענטן, געטראָגן נײַע מלבושים. מײַן מאַמע — ניט. זי איז געווען אַ צניעותדיקע און, אַחוץ ליפּסטיק און אַ ביסל רוזש, האָט זי זיך נישט געפֿאַרבט.
יעדן אָוונט איז מײַן טאַטע געזעסן מיט מיר און מיט גרויס געדולד, מיך געלערנט שרײַבן און לייענען ייִדיש פֿון וואַרשאַווסקיס אַלף־בית־ביכעלע, און אויך געזונגען מיט מיר ייִדישע לידער. אין די שפּעטערדיקע יאָרן, האָב איך אים אַרויסגעהאָלפֿן מיט זײַן ענגלישער קאָרעספּאָנדענץ. ער האָט אָפּגעהיט יעדעס שטיקעלע פּאַפּיר, יעדעס בריוועלע געזאַמלט, און מיר געזאָגט: „דאָס איז אַ דאָקומענט. דאָס איז געשיכטע‟. הײַנט געפֿינען זיך די אַלע בריוו אינעם ייִוואָ-אַרכיוו.
אַחוץ זײַן שרײַבן און לייענען אַ ייִדישע צײַטונג, האָט מײַן טאַטע ניט געהאַט קיין אַנדער צײַטפֿאַרברענג. ווען ער האָט נישט געשריבן אָדער נישט געלייענט, פֿלעגט ער זיך צוהערן צו דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַציע WEVD. מײַן מאַמע האָט פֿאַרמאָגט גאָלדענע הענט, און האָט אויסגענייט טישטיכער, געשטריקט, געגרייט אַלערליי האַנטאַרבעט.
הײַנט, פֿונעם קוק-ווינקל פֿון אַ דערוואַקסענער פֿרוי, גלייב איך, אַז די אייגנשאַפֿטן פֿון ביידע מײַנע עלטערן האָבן זיך איבערגעגעבן צו מיר. פֿון איין זײַט, בין איך ממשיך מײַן טאַטנס מיסיע אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור; פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון די אומשולדיקע קרבנות, ניט צולאָזן די וועלט זאָל פֿאַרגעסן דעם חורבן, וואָס די נאַציס האָבן געבראַכט אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. פֿון דער צווייטער זײַט, ”האָב איך איבערגענומען מײַן מאַמעס ווילן צו לעבן אויף ס׳נײַ, דינאַמיש צו גיין ווײַטער, תּמיד צו געפֿינען גוטס אין אַלע מענטשן, געבן צדקה, זיך אויפֿפֿירן ווי זי — מענטשלעך מיט ייִדן און ניט־ייִדן, מיט איין וואָרט, צו זײַן אַ „מענטש‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.