(די 2 טע זײַט פֿון 4)
מיטוואָך, דעם 9טן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט דער „ניו־ייִדיש רעפּ‟ פֿאָרשטעלן זײַן פּיעסע „דער עסענץ: אַ ‘דים־סום’ פֿון ייִדישן טעאַטער‟ מיט יעלענע שמולענסאָן און אַלען ריקמאַן. די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען אינעם „טעאַטער א׳׳נ פֿון האָרנער‟ בײַם „דילינגהאַם־צענטער‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „קאָרנעל‟. די בילעטן זענען בחינם פֿאַר סטודענטן און קאָסטן 5$ דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן: 3252—274—607 אָדער שרײַבט yiddishdimsum@gmail.com.
דאָנערשטיק, דעם 10טן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט מען פֿאָרשטעלן סאַמיועל בעקעטס פּיעסע „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟ אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון שיין בייקער. די פֿאָרשטעלונג, אינעם „קיפּלינגער־טעאַטער‟ בײַם „צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגס־קונסט א״נ פֿון שוואַרץ‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „קאָרנעל‟, קאָסט 11$ פֿאַר סטודענטן און קינדער, און 13$ פֿאַר דערוואַקסענע. כּדי צו קויפֿן בילעטן באַזוכט: www.schwartztickets.com.
דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק אָרגאַניזירט אַ ריי אַוואַנסירטע קורסן אויף ייִדיש, וואָס ווערן געלערנט דורך דער אינטערנעץ. די קלאַסן וועלן דויערן פֿונעם 14טן אָקטאָבער ביז סוף־דעצעמבער.
יעדן מיטוואָך, 6:30 אין אָוונט, וועט קאָליע באָראָדולין לערנען אַ קלאַס וועגן באַקאַנטע ייִדישיסטישע פּערזענלעכקייטן פֿון אַמאָל, הײַנט און מאָרגן. יעדן מאָנטיק, 6:30 אין אָוונט, וועט אַבֿרהם ליכטענבוים לערנען אַ קלאַס וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט באַשריבן שלום־עליכם און „דער טונקעלער‟ אין דער ייִדישער פּרעסע.
יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט אַבֿרהם ליכטטענבוים לערנען אַ קלאַס „ייִדישע שרײַבער פֿון ‘א’ ביז ‘י’‟, וואָס וועט זיך פֿאָקוסירן אויף די ווערק פֿון 10 ווייניק־באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, וואָס זייערע נעמען הייבן זיך אָן מיט די ערשטע 10 אותיות פֿונעם אַלף־בית.
יעדן מאָנטיק, 1:30 נאָכמיטאָג, וועט יצחק ניבאָרסקי לערנען אַ קלאַס וועגן די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.