(די 4 טע זײַט פֿון 4)
יעדן דינסטיק, 6:30 אין אָוונט, וועט נאַטאַליע קריניצקאַ אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן דעם סטיל און דער אידיאָמאַטיק אין די דערציילונגען פֿון „דער נסתּר‟ און חיים גראַדע.
יעדן דאָנערשטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט רובי מאָנעט לערנען אַ קלאַס „די פֿאַמיליע זינגער‟.
יצחק ניבאָרסקי וועט לערנען אַ קלאַס וועגן העברעיִזמען אין די ווערק פֿון י. ל. פּרץ און שלום־עליכם. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן דינסטיק, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג. יעדן דאָנערשטיק אין דער זעלביקער צײַט וועלן יצחק ניבאָרסקי און טל חבֿר־כיבאָווסקי לערנען אַ קלאַס וועגן דער „צאינה־וראינה‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די קורסן, באַזוכט: //yiddishweb.com/.
דער „מעדעם־צענטער/אַרבעטער־רינג‟ אין פּאַריז (וואָס מע דאַרף ניט פּלאָנטערן מיט זײַן שכן, די „מעדעם־ביבליאָטעק‟), פֿירט אָן מיטן „צענטער פֿאַר ייִדישע שפּראַכן און קולטורן‟, וואָס לערנט פֿיר ייִדישע שפּראַכן: העברעיִש, דזשודעזמאָ, ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש. די קלאַסן הייבן זיך אָן דעם 28סטן סעפּטעמבער.
נאָך די ייִדיש־קלאַסן אויף 5 ניוואָען וועט מען אויך לערנען אַ ריי קורסן אויף ייִדיש פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן: בתיה בלום וועט לערנען אַ קלאַס וועגן דעם ביכל זכרונות פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, „אין מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟. די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג.
מישעל טויבער וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן די לשון־קודשדיקע ווערטער אין די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער (יעדן צווייטן דאָנערשטיק, 10 אַזייגער אין דער פֿרי).
ארץ לוי וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן די ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, איציק מאַנגער און ב. שלעווין (יעדן דינסטיק, 6 אַזייגער אין אָוונט).
בערל ווײַסברויט וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן יהושעס איבערזעצונג פֿונעם תּנך (יעדן צווייטן מיטוואָך, 9:30 אין דער פֿרי). נאָך אינפֿאָרמאַציע: www.centre-medem.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.