(די 3 טע זײַט פֿון 4)
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די קורסן: קלינגט אָן 6800—889—212, צוגאָב־נומער 806, אָדער באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/fall-2015-yiddish-class-descriptions/.
דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟, צוזאַמען מיטן „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק, האָבן לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זיי אָרגאַניזירן אַ טעאַטער־וואַרשטאַט, וואָס וועט אויך דינען ווי אַ שפּראַך־קלאַס, וווּ די סטודענטן קענען פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. דער קלאַס, וואָס וועט זיך טרעפֿן יעדן זונטיק, פֿון 5 ביז 8 אַזייגער אין אָוונט, פֿונעם 11טן אָקטאָבער ביזן 24סטן יאַנואַר, ווערט אָנגעפֿירט דורך דוד מאַנדעלבאַום, משה יאַסור און שיין בייקער, צוזאַמען מיט ייִדיש־לערער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 6800—889—212, צוגאָב־נומער 806, אָדער באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/fall-2015-yiddish-in-person-class-descriptions/.
דעם 28סטן סעפּטעמבער הייבן זיך אָן אַ ריי אַוואַנסירטע קורסן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן 4טן ניוואָ וועט אַהרן וואַלדמאַן לערנען אַ קורס וועגן הומאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער קלאַס, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט באַטראַכטן ווי אַזוי דער ייִדישער הומאָר ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ווערק פֿון „דער טונקעלער‟, איציק מאַנגער און משה נאַדיר. יעדן מיטוואָך, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועלן נאַטאַליע קריניצקאַ און אַהרן וואַלדמאַן אָנפֿירן מיטן זעלביקן קורס. פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן:
מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר וועלן לערנען אַ קלאַס וועגן יצחק באַשעוויס־זינגערס ביכל זכרונות, „מײַן טאַטנס בית־דין שטוב‟. דער קלאַס וועט זיך צונויפֿקומען יעדן צווייטן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג. אין די וואָכן, אין וועלכע מע וועט ניט לערנען דעם קלאַס וועגן באַשעוויסן, וועט נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד לערנען אַ קלאַס וועגן די ווערק פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.