איך האָב לעצטנס באַמערקט, מיט גרויסער אַנטוישונג, אַ וואַקסנדיקן שפּאַלט צווישן די טראַדיציאָנעלע ייִדן און אַלע אַנדערע מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.
צו ערשט, אַ ביסל געשיכטע: איך בין אַ פֿרומער ישׂראלי און שוין 40 יאָר לאַנג — אַ זשורנאַליסט. במשך פֿון דער צײַט האָב איך מיטגעאַרבעט מיט כּלערליי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דער CCAR פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס האָט מיך ווערבירט צו העלפֿן צונויפֿשטעלן זייער סידור, און דעם זשורנאַל „עמי‟, וואָס האָט אַנולירט מײַן קאָנטראַקט ווי זייער שעף־רעדאַקטאָר, נאָכן דערוויסן זיך, אַז איך האָב אַמאָל מיטגעאַרבעט מיט דער CCAR. איך ווייס גוט דעם טעם פֿון שפּאַלטן צווישן ייִדן. אָבער דער איצטיקער ריס איז פֿון גאָר אַן אַנדער מין.
פֿאַראַיאָרן האָב איך פֿאַרבעטן אויף וועטשערע אַן אַלטע חבֿרטע פֿון אַמעריקע, אויך אַ זשורנאַליסטקע, וואָס האָט מיך שוין צוויי מאָל אינטערוויויִרט פֿאַר אַן אַרטיקל, און אונדזערע קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער זעלבער שול. בעת אונדזער שמועס אין רעסטאָראַן האָבן מיר אויסגעמיטן פּאָליטישע טעמעס. זי ווייסט, אַז איך בין אַ רעכטער; איך ווייס, אַז זי איז אַ לינקע, און מיר האָבן נישט געזוכט קיין מחלוקת.
פֿירנדיק זי צוריק צו אירע פֿרײַנד אין רעננה, האָב איך סתּם באַמערקט, אַז דער דעמאָלטדיקער ישׂראלדיקער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, ראובֿן ריבֿלין, געפֿעלט מיר.
„אַזאַ שרעקלעכער מענטש!‟ האָט זי זיך אָפּגערופֿן. „האָסטו געהערט, וואָס ער האָט געזאָגט וועגן דער רעפֿאָרם־באַוועגונג?‟
יאָ, איך האָב געהערט. ריבֿלין האָט דעמאָלט געהאַט דערקלערט בעת אַן אינטערוויו, אַז ס׳איז אים עד־היום שווער צו רופֿן אַ רעפֿאָרם־ראַבינער „ראַבײַ‟. אין בערך דער זעלבער צײַט האָט ער אויך זיך אָפּגעזאָגט צו דערלויבן אַ קאָנסערוואַטיוון ראַבינער אָנצופֿירן מיט אַ בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניע פֿאַר קינדער מיט אַ מום, ווײַל די אונטערנעמונג איז געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג. אין דער אמתן, האָב איך קוים באַמערקט יענע ידיעות. איך האָב געשטיצט ריבֿלין, ווײַל איך — ווי אַ סך ישׂראלים פֿון כּלערליי פּאָליטישע ליניעס — האָבן גרויס דרך־ארץ פֿאַר אים ווי אַן ערשט־קלאַסישער כּנסת־דעפּוטאַט, וואָס האָט באַוויזן זיך אַנטקעגנצושטעלן פּרעמיער נתניהו, און נאָך וויכטיקער, שׂרה נתניהו — און דערפֿאַר האָב איך געהאַלטן, אַז עס קומט אים די פּרעזידענטשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.