פֿאָר־אַגענטן קערן זיך צו איראַן

Travel Agents Turn to Iran

Steve Kutay

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published October 01, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

דזשערי דעקער וויל אויך ברענגען אַמעריקאַנער קיין איראַן, אָבער זײַן איניציאַטיוו איז בכלל נישט קיין געשעפֿט, נאָר אַ נישט־פּראָפֿיט איניציאַטיוו, וואָס ער באַצייכנט ווי „בירגערלעכע דיפּלאָמאַטיע‟. „וואָס מער אַמעריקאַנער פֿאָרן קיין איראַן, אַלץ מער פּאָזיטיוו וועלן די איראַנער באַטראַכטן די אַמעריקאַנער,‟ האָט ער באַטאָנט. דעקער האָט שוין אָרגאַניזירט נסיעות פֿאַר מער ווי 350 אַמעריקאַנער זינט 2008.

פֿאַר דער איסלאַמישער רעוואָלוציע אין 1979 איז דעקער 13 יאָר לאַנג געווען אַ לערער אין איראַן. נאָכן אומקערן זיך קיין קאַליפֿאָרניע האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם פֿון אַקאַדעמישע רײַזעס, און שפּעטער געעפֿנט די פּראָגראַם פֿאַר אַלע מענטשן, וואָס וויל באַזוכן איראַן ווי בירגערלעכע דיפּלאָמאַטן.

אויף דער פֿראַגע, ווי זעט אויס דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער טוריסט קיין איראַן, האָבן דעקער און קוטיי ביידע געענטפֿערט, אַז די טוריסטן זענען, בדרך־כּלל, עלטערע לײַט, געבילדעטע, מיט פּראָגרעסיווע פּאָליטישע מיינונגען, און אַ סך פֿון זיי זענען ייִדן.

מע זאָגט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿונעם נבֿיא דניאל, אין סוסאַ, דרום־איראַן
Tehran Jewish Committee
מע זאָגט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿונעם נבֿיא דניאל, אין סוסאַ, דרום־איראַן

„צום ווייניקסטן, אַ העלפֿט פֿון אונדזערע באַזוכער זענען ייִדן,‟ האָט דעקער געזאָגט. „זיי ווילן זען די ייִדישלעכע היסטאָרישע ערטער; זיך באַקענען מיט דער ייִדישער קהילה, און ווילן זיך אויסלערנען מער וועגן איראַן.‟

די אַמעריקאַנער טוריסטן האָבן די ברירה פֿון אײַנשטיין אין 5־שטערנדיקע האָטעלן אין איראַן, און פֿאָרן אין מאָדערנע טור־אויטאָבוסן. אָבער צוליב דעם וואָס די סאַנקציעס זענען נאָך אַלץ גילטיק, איז אוממעגלעך פֿאַר די אַמעריקאַנער צו ניצן זייערע קרעדיט־קאַרטלעך. זיי טאָרן אויך נישט באַשטעלן קיין טורן בײַ די אָרטיקע פֿאָר־אַגענטן. יעדער וואָס וויל פֿאָרן קיין איראַן מוז, צו ערשט, קריגן אַ וויזע, און די איראַנער וועלן בכלל נישט אויסטיילן קיין וויזע פֿאַר טוריסטן, וואָס האָבן שוין אַ ישׂראלדיק שטעמפּל אין זייער פּאַספּאָרט.

פֿון דעסטוועגן, זעט קוטיי אַ גרויסן פּאָטענציאַל אין טוריזם קיין איראַן: „איך זע, ווי עס ווערט, צו ביסלעך, גרעסער, און דערפֿאַר האָף איך, אַז איך וועל אויך געניסן פֿון דער וואַקסנדיקער טענדענץ.‟