(די 2 טע זײַט פֿון 4)
בײַ דער זײַט פֿון דער אַראַביש־שפּראַכיקער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג שטייען די אַראַבער־קריסטן. דער פּאַן־אַראַביזם האָט דערמעגלעכט אַ טייל פֿון די אַראַביש־שפּראַכיקע קריסטן זיך אינטעגרירן אין דער אַראַבישער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג און אַפֿילו פֿאַרנעמען דאָרטן הויכע שטעלעס, אָבער דער וועלטלעכער אַראַבישער נאַציאָנאַליזם איז אָפּגעשטויסן געוואָרן דורכן ראַדיקאַלן איסלאַם, וואָס האָט געשטעלט די קריסטן פֿונעם מיטעלן מיזרח אין אַ לאַגע פֿון אַ דיסקרימינירטער באַפֿעלקערונג. בלויז מדינת־ישׂראל גאַראַנטירט די קריסטן אַ רעאַלע גלײַכבאַרעכטיקייט, און נאָר אין מדינת־ישׂראל ווערט די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג ניט פֿאַרקלענערט, און האַלט אין איין וואַקסן. דאָס האָט געבראַכט צו אַ פֿאַרשטאַרקונג פֿון פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען צווישן די ישׂראלדיקע קריסטן־אַראַבער. שוין עטלעכע יאָר איז טעטיק אַן אָרגאַניזאַציע „פֿאָרום פֿאַר מאָביליזאַציע פֿון דער קריסטלעכער עדה‟, און איר ציל איז אַן אָבליגאַטאָרישע מאָביליזאַציע פֿון די קריסטן אין צה״ל.
די קריסטן אין ארץ־ישׂראל טיילן זיך פֿונאַנדער אויף אַ ריי דענאָמינאַציעס. ס׳רובֿ פֿון זײ שטאַמען פֿון עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן געלעבט אין ארץ־ישׂראל מיט יאָרן צוריק. זיי האָבן פֿאַרלוירן זייערע פֿריִערדיקע אומגאַנג־שפּראַכן (אַחוץ די אַרמענער און אַ טייל פֿון די אַראַמיש־שפּראַכיקע קריסטן), נאָר אָפּגעהיט זייער אידענטיטעט.
אין ישׂראל װױנט אַ גריכישע אַראַביש־שפּראַכיקע מינדערהייט, באַנאַנד מיט אַ קליינער, אַ פּאָר טויזנט נפֿשות, גריכיש־שפּראַכיקער גרופּע, דהײַנו:
אַרום 40 טויזנט נפֿשות פּראַוואָסלאַווע. אויף אַראַביש הייסן זיי רום, וואָס מיינט גריכן. גריכיש ווערט אָפּגעהיט בײַ זיי װי אַ תּפֿילות־שפּראַך.
גריכישע קאַטאָליקער, מעלקיטן. זיי זײַנען אַראַביזירט און באַטרעפֿן אַריבער 50 טויזנט נפֿשות, און זײַנען די מערהייט אינעם גלילער דאָרף פֿאַסוטאַ.
מוסולמענער, אָפּשטאַמיקע פֿון די קריסטן־גריכן. אַזוי װי, למשל, ס׳רובֿ תּושבֿים פֿונעם מוסולמענישן דאָרף אוביידיִאַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.