די פֿאַרשידענע עטנישע מינדערהייטן פֿון ארץ־ישׂראל

The Diverse Ethnic Minorities in Israel Today

פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל־מינאָריטעטן (פֿון רעכטס): דרוזן, טשערקעסן און בעדויִנער
פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל־מינאָריטעטן (פֿון רעכטס): דרוזן, טשערקעסן און בעדויִנער

פֿון וועלוול טשערנין

Published October 29, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

װי „אַרמים‟ אידענטיפֿיצירן זיך די אָנהענגער פֿון די מיזרחדיקע קירכעס, וועלכע נוצן אַראַמיש װי אַ תּפֿילות־שפּראַך: מאַראָניטן, יאַקאַביטן און די קליינצאָליקע גרופּעס כאַלדייער, אַשורים און סירישע קאַטאָליקער. לימודים אױף אַראַמיש זײַנען לעצטנס אײַנגעפֿירט געוואָרן אינעם גלילער דאָרף גוש־חלב, וווּ ס’רובֿ תּושבֿים זײַנען מאַראָניטן.

די ישׂראלדיקע רוימישע קאַטאָליקער אָדער, ווי מע רופֿט זיי, „די לאַטײַנישע עדה‟, זײַנען אַ גרופּע, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער צײַט פֿון די קרייץ־צוגן, איבער הויפּט פֿראַנצויזישע איבערוואַנדערער. הײַנט וווינען אין ארץ־ישׂראל עטלעכע צענדליקער טויזנטער רוימישע קאַטאָליקער. שפּראַכלעך זײַנען זיי אַראַביזירט, אָבער אויף אַראַביש רופֿט מען זיי נאָך אַלץ „פֿראַנדזש‟, ד.ה. פֿרענקען.

די מערהײט פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג אין ארץ־ישׂראל זײַנען מוסולמענער־סוניטן, אָבער בלויז אויבערפֿלעכלעך שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ מאָנאָליטע גרופּע. אין דער ווירקלעכקייט קען מען צווישן זיי אויסטיילן אַ צענדליק סוב־גרופּעס, וועלכע היטן אָפּ מינהגים פֿון זייער עטנישער אָפּשטאַמונג.

  1. די גרעסטע גרופּע שאַפֿן די אַראַביש־שפּראַכיקע קורדן – אַרום 100 טויזנט נפֿשות אין מדינת־ישׂראל און אַרום 400 טויזנט נפֿשות, אויב מע נעמט אין באַטראַכט אויך די מוסולמענער פֿון יהודה און שומרון. די קורדיש אָפּשטאַמיקע זײַנען די קינדס־קינדער פֿון די מיגראַנטן — זינט מיטל־אַלטער און ביז די מאָדערנע צײַטן.

  2. באַנאַנד מיט די טשערקעסן, וועלכע היטן אָפּ זייער שפּראַך און קולטור, איז דאָ אױך אַ בולטע אַראַביש־שפּראַכיקע מינדערהייט, וועלכע היט אָפּ איר היסטאָרישן זכּרון וועגן זייער טשערקעסישער אָפּשטאַמונג. זייער צאָל דערגרייכט 30 טויזנט נפֿשות. די אַראַביזירטע טשערקעסן באַטרעפֿן ס’רובֿ פֿונעם ייִשובֿ אַבו־גאָש, וואָס געפֿינט זיך מערבֿ צו פֿון ירושלים.

  3. צו די קלאַנען, וואָס שטאַמען פֿון טערקן און נאָענטע צו זיי טורקאָמאַנען, געהערן צענדליקער טויזנטער מענטשן, קודם־כּל, דער שבֿט אַראַב על־טורקאָמאַן, וואָס לעבט אינעם ראַיאָן פֿון דזשענין.