(די 4 טע זײַט פֿון 4)
צו די נײַע איבערוואַנדערער געהערן די פּאַלעסטינער אַלבאַנער. זיי וווינען אין עכּו און אין ירושלים. זייער צאָל באַטרעפֿט עטלעכע טויזנט נפֿשות.
ציגײַנער־מוסולמענער לעבן איבער הױפּט אין ירושלים, אַרום 2 טויזנט נפֿשות. זײ היטן אָפּ זייער אָפּגעזונדערטקייט און טיילווײַז אַפֿילו די שפּראַך.
אַ באַזונדערע עטנישע גרופּע שאַפֿן די איסלאַמיזירטע שומרונים, אַרום 30 טויזנט נפֿשות. זיי זײַנען קאָנצענטרירט אין דער אומגעגנט פֿון שכם. עס זײַנען דאָ אויך כּמעט 1000 שומרונים, וואָס היטן אָפּ זייער רעליגיע (אַן אוראַלטע ייִדישע סעקטע, וועלכע לייקנט אָפּ די הייליקייט פֿון ירושלים און האַלט פֿאַר הייליק אָרט בלויז הר־גריזים, וואָס איז דערמאָנט אין דער תּורה).
אַריבער 50 טויזנט נפֿשות דערגרייכט די צאָל מיטגלידער פֿון מוסולמענישע קלאַנען, וועלכע שטאַמען פֿון ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין יהודה. אינעם שטעטל יאַטאַ, לעבן חבֿרון, זיי זײַנען די מערהייט פֿון די תּושבֿים.
אַ באַזונדערע גרופּע שאַפֿן אַזוי גערופֿענע סודאַנער ‒ איבער הויפּט אָפּשטאַמיקע פֿון די אַפֿריקאַנישע קנעכט, געבראַכטע קײן ארץ־ישׂראל דורך אַראַבער.
עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע גרופּעס מוסולמענער, וועלכע היטן אָפּ דעם זכר פֿון זײער ניט־אַראַבישער אָפּשטאַמונג: פּערסן, אַפֿגאַנער, אינדיִער, גרוזינער אאַז״אַ. פֿונעם רעליגיעזן שטאַנדפּונקט טיילן זיך אויס אַ פּאָר טױזנט אָנהענגער פֿון דער שיִיִטישער סעקטע אַכמאַדיִע, וואָס זײַנען קאָנצענטרירט אינעם חיפֿהר קוואַרטאַל קאַבאַביר. אַריבער 2 טויזנט אַלאַוויטן װױנען אינעם דאָרף ראַדזשאַר בײַ דער לבֿנונער גרענעץ. פֿאַר מוסולמענער רעכענען זיי זיך בלויז פֿאָרמעל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.