(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אין וואָסערע לענדער לייענט מען דעם „פֿאָרווערטס?‟
דער געדרוקטער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרמאָגט אַבאָנענטן אין העכער 25 לענדער. אויף דער אינטערנעץ זענען ס׳רובֿ פֿון די לייענער אין אַמעריקע און ישׂראל, מיט אַ מערקווירדיקער צאָל לייענער אויך אין קאַנאַדע, ענגלאַנד, אויסטראַליע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און אַרגענטינע. מיר האָבן אַ פּאָר געטרײַע לייענער אין ליטע, פּוילן און אוקראַיִנע, און אַפֿילו איין לייענער אין עזה.
וואָס האַלטסטו, איז די וויכטיקסטע טענדענץ, וואָס קומט הײַנט פֿאָר אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס?
כאָטש איך בין ניט קיין סאָציאָלאָג אָדער עקספּערט וועגן אַמעריקאַנער ייִדן, האָב איך במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר באַמערקט אַ פּאָר וויכטיקע סאָציאָלאָגישע טענדענצן. איך מיין, אַז צווישן די וויכטיקסטע טענדענצן איז, אַז די הויפּט־שטראָמיקע ייִדישע אינסטיטוציעס, בראָש מיט די „פֿעדעראַציעס‟, פֿאַרלירן זייער מאַכט, וואָס זיי האָבן געהאַט. מע זעט דאָס בולט אָן, למשל, ווען דאָס „ווײַסע הויז‟ טרעפֿט זיך מיט די פֿאָרשטייער פֿון די חרדישע אָרגאַניזאַציעס און ניט בלויז מיט די כּמו־„אָפֿיציעלע‟ ייִדישע פֿאָרשטייער. מע זעט דאָס אויך אינעם אויספֿיר פֿון די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, אַפֿילו די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, וואָס ווילן בעסער אָנטיילנעמען אין אומאָפּהענגיקע מנינים, איידער צו גיין דאַווענען אין די גרויסע שילן. און מע האָט דאָס קלאָר געזען, ווען די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ האָט ניט אַרײַנגעלאָזט „דזשיי־סטריט‟ אין איר קאָאַליציע און דערפֿאַר געליטן פֿון אַ ריזיקן פֿאַרלוסט אין לעגיטימקייט מצד אַ סך יונגע ייִדן.
כאָטש די ייִדישע „פֿעדעראַציעס‟ קאָנטראָלירן נאָך אַלץ ס׳רובֿ פֿונעם געלט, וואָס ווערט צעטיילט צווישן די ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, האָבן זיי ווײַט ניט די וויכטיקייט, וואָס זיי האָבן געהאַט אַפֿילו מיט 15 יאָר צוריק. מיטן צוּוווּקס פֿון דער חרדישער באַפֿעלקערונג מיט אירע אייגענע אינסטיטוציעס פֿון איין זײַט, און די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס זעען ניט די „אָפֿיציעלע‟ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ווי לעגיטים און מאַכן שבת פֿאַר זיך, פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן די ייִדישע „פֿעדעראַציעס‟ אין אַ דור־צוויי אַרום זײַן כּמעט אין גאַנצן אומרעלעוואַנט. און דאָס וועט, פֿאַרשטייט זיך, בײַטן כּלערליי אַספּעקטן פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.