(די 3 טע זײַט פֿון 4)
ס׳איז מיר שטענדיק באמת אַ חידוש, וואָס אַזוי ווייניק מענטשן רעדן וועגן דעם.
פֿאַר וואָס שרײַבסטו בכלל ניט וועגן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך?
מענטשן וואָס קענען מיך פּערזענלעך ווייסן, אַז איך האָב געוויסע מיינונגען וועגן דעם ענדלאָזן קאָנפֿליקט אינעם מיטעלן־מיזרח. ניט געקוקט אויף דעם, האָב איך אָבער ביז אַהער ניט געשריבן כּמעט קיין וואָרט וועגן דעם ענין אינעם „פֿאָרווערטס‟. די סיבה דערפֿאַר איז ווײַל עס וואָלט קיינעם ניט געהאָלפֿן, איך זאָל שרײַבן וועגן דעם. ערשטנס, האָב איך ניט קיין ספּעציעלע פֿאַרשטענדעניש וועגן דעם סיכסוך און גאָרניט צו זאָגן, וואָס עס זאָגן שוין ניט אַ סך אַנדערע מענטשן.
דערצו, אַזוי ווי אַלע קאָמענטאַטאָרן וועגן דעם קאָנפֿילקט, האָב איך ניט קיין עצות אויף דער צוקונפֿט, נאָר באַמערקונגען, וועגן דאָס וואָס איז שוין געשען. ווען עס וואָלט מיר אײַנגעפֿאַלן עפּעס באמת נײַס, וואָלט איך זיכער אָנגעשריבן אַן אַרטיקל. אָבער ס׳וועט מסתּמא ניט געשען; און דער עולם איז שוין מיד פֿון לייענען וועגן דעם. איז שוין בעסער איך זאָל שרײַבן אויף אַנדערע טעמעס.
וואָסערע עצות האָסטו פֿאַר די, וואָס ווילן ווערן זשורנאַליסטן?
צום באַדויערן, איז מײַן עצה צו אַלע יונגע מענטשן, וואָס ווילן ווערן זשורנאַליסטן, אַז זיי זאָלן אויסקלײַבן אַן אַנדער פֿאַך. ס׳איז טרויעריק, אָבער די גאַנצע אינדוסטריע צעפֿאַלט זיך און ס׳זענען פּשוט ניטאָ גענוג פֿאַרלאָזלעכע שטעלעס. אַפֿילו ס׳רובֿ גאָר טאַלאַנטירטע זשורנאַליסטן קענען הײַנט באַקומען בלויז צײַטווײַליקע אַרבעט און ניט קיין געהעריקע שטעלעס.
ווען איך בין געווען אין מיטלשול און איך האָב רעדאַקטירט אונדזער שול־צײַטונג, האָב איך, צוזאַמען מיט מײַנע „קאָלעגן‟, זיך געטראָפֿן מיט די מיטאַרבעטער פֿון דער גרעסטער צײַטונג אין פֿילאַדעלפֿיע. זיי האָבן אונדז ערנסט געוואָרנט, אַז דאָס פּרובירן צו ווערן אַ זשורנאַליסט פֿאַר אַ צײַטונג הײַנט צו טאָג, איז זייער אַ שלעכטער אײַנפֿאַל. מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען פֿאַרקויפֿט די צײַטונג און ס׳רובֿ פֿון זיי האָט מען טאַקע אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.