„מעדעם‟ — נאָך די אַכזריותדיקע אַטאַקן

Medem – After the Horrific Attacks

בײַם אַרײַנגאַנג צו דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ (רעכטס); אַן אימפּראָוויזירטער דענקמאָל לזכר די קרבנות, בײַם „פּלאַס דע לאַ רעפּובליק‟
Akvilė Grigoravičiūtė/Annick Prime-Margules
בײַם אַרײַנגאַנג צו דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ (רעכטס); אַן אימפּראָוויזירטער דענקמאָל לזכר די קרבנות, בײַם „פּלאַס דע לאַ רעפּובליק‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 22, 2015, issue of December 11, 2015.

בײַ דער גאָרער וועלט איז דער באַקאַנטסטער פּאַריזער אימאַזש — אַ גרופּע מענטשן, וואָס זיצן אויף אַ טעראַסע אָדער אין אַ קאַפֿע־הויז; מע טרינקט אַ גלעזל ווײַן, מע רייכערט אַ פּאַפּיראָס און מע שמועסט געמיטלעך.

אָבער ווען מיר, די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, טראַכטן פֿון פּאַריז, שטעלן מיר זיך פֿאָר אַ באַזוך אין „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟; דעם ווײַטהאַלטער ייִדיש־קלאַס מיט ד״ר יצחק ניבאָרסקי, און אַ שמועס איבער אַ טעפּל קאַווע אין אַ קאַפֿע־הויז — אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך.

טאַקע דערפֿאַר, ווען די טעראָריסטן האָבן דורכגעפֿירט זעקס גלײַכצײַטיקע אַטענטאַטן איבער דער „שטאָט פֿון ליכט‟ דעם 13טן נאָוועמבער, איז אונדזער זאָרג נישט נאָר געווען פֿאַר די פֿראַנצויזן בכלל, נאָר אויך פֿאַרן פּאַריזער ייִדיש־ווינקל בפֿרט. אַ סימן דערפֿון האָב איך אַליין געזען, נאָך דעם ווי איך האָב געלאָזט מײַנע באַקאַנטע וויסן דורך בליצפּאָסט און „פֿייסבוק‟, אַז קיינער פֿון די חבֿרה, פֿאַרבונדן מיט דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟, איז דירעקט נישט געטראָפֿן געוואָרן. אויף „פֿייסבוק‟ האָבן מער ווי 60 מענטשן געענטפֿערט מיט אַ „לײַק‟ (דער טײַטש: „כ׳בין צופֿרידן דאָס צו הערן‟), און אַ טייל האָבן שריפֿטלעך אויסגעדריקט זייערע געפֿילן: „אַ גרויסן דאַנק פֿאַר לאָזן וויסן!‟, „גאָט צו דאַנקען!‟ אאַז״וו.

די טעראָריסטן האָבן אַטאַקירט דעם געפּאַקטן קאָנצערטזאַל „באַטאַקלאַן‟, אַ קאַפֿע־ראַיאָן, אַ פֿוסבאָל־סטאַדיאָן, און אַנדערע פּאָפּולערע ערטער פּונקט פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ווען אַ סך מענטשן גייען אַרויס פֿאַרברענגען מיט זייער משפּחה און פֿרײַנד. דער „מעדעם־צענטער‟ האָט געהאַט פּלאַנירט אַ רײַכע פּראָגראַם אין ראַם פֿון זײַן הײַיאָריקער סעריע, „י. ל. פּרץ און זײַן ליטעראַרישער ירושה‟ אויף שבת, דעם 14טן נאָוועמבער. באַלד ווי מע האָט זיך דערוווּסט וועגן די אַטענטאַטן, האָט מען די פּראָגראַם אָפּגעשאַפֿן. די אונטערנעמונג וועט איצט פֿאָרקומען דעם 30סטן יאַנואַר.

„דער באַשלוס איז געקומען פֿון די פּאָליציי־אויטאָריטעטן, וואָס האָבן שבת און זונטיק געבעטן די באַפֿעלקערונג נישט אַרויסצוגיין אויף דער גאַס, און פֿון דער מלוכה־אָנפֿירונג, וואָס האָט דערקלערט אַ לאַנד־טרויער אויף דרײַ טעג,‟ האָט יצחק געזאָגט. „ממילא וואָלט אונדזער שטימונג אונדז נישט געלאָזט דורכפֿירן אונטערנעמונגען מיט געזאַנג, מוזיק און געמיטלעך פֿאַרברענגען.‟

דינסטיק, דעם 17טן, האָט דער צענטער זיך ווידער גענומען צו אַלע נאָרמאַלע אַטקיוויטעטן.

יצחק ניבאָרסקי באַגריסט דעם עולם בעת דער יום־טובֿדיקער דערעפֿענונג פֿון דער זומער־פּראָגראַם, דעם 20סטן יולי 2015
Akvilė Grigoravičiūtė
יצחק ניבאָרסקי באַגריסט דעם עולם בעת דער יום־טובֿדיקער דערעפֿענונג פֿון דער זומער־פּראָגראַם, דעם 20סטן יולי 2015