(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אינעם פֿילם שפּילט ראָריג שאול אויסלענדער, איינער פֿון די זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ, וועלכער געפֿינט אַ ייִנגל צווישן די טויטע, וואָס ער האַלט איז זײַן זון, און נעמט זיך אונטער די אוממעגלעכע שליחות פֿון געפֿינען אַ רבֿ מקבר צו זײַן דאָס קינד כּדין וכּדת. ער איז אַזוי קאָנצענטרירט אויף דעם פּלאַן, אַז ער וויל זיך אַפֿילו נישט אָנשליסן אין דעם פּלאַנירטן ווידערשטאַנד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ קעגן די נאַציס.
דער פֿילם, וואָס איז די וואָך נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גאָלדענער גלאָבוס־פּרעמיע‟ פֿאַרן בעסטן אויסלענדישן פֿילם, האָט שוין געוווּנען דעם „גראַן־פּרי‟ אין קאַן און איז דער אונגערישער נאָמינאַנט פֿאַרן בעסטן אויסלענדישן פֿילם פֿאַר די „אָסקאַרס‟.
אָבער בעת ראָריגס וויזיטן אויף די קינאָ־פֿעסטיוואַלן איבער אַמעריקע און אייראָפּע, איז ער אַנטוישט געוואָרן צוליב די נעגאַטיווע באַמערקונגען פֿון געוויסע צוקוקער, אין שײַכות מיט דער זאָנדערקאָמאַנדאָ. איין מאַן האָט אים געזאָגט: „דער מענטש האָט געשטעלט דעם ווידערשטאַנד אין אַ סכּנה. זײַן שליחות צו באַגראָבן דאָס ייִנגל האָט נישט געהאַט קיין זינען.‟ נאָך אַ ווײַזונג אין אַ מיאַמי־שיל, האָט אַ צווייטער צוקוקער געזאָגט: „איר גלאָריפֿיצירט די קאָלאַבאָראַטאָרן.‟
„קיינער האָט נישט קיין רעכט צו באַרעדן די זאָנדערקאָמאַנדאָ, סײַדן זיי זענען דאָרט אַליין געווען,‟ האָט ראָריג שטיל געזאָגט. „ס׳איז געווען אַ טײַוולאָנישע סיסטעם, צו צווינגען יונגע ייִדן צו באַגלייטן זייערע שוועסטער און ברידער אין דער גאַזקאַמער. דער ציל פֿון די נאַציס איז געווען צו הרגענען די גרעסטע צאָל ייִדן, אָן דער באַטייליקונג פֿון אַ סך דײַטשן, און צו פֿאַרזיכערן, אַז דער דײַטשער תּלין, וואָס גיט אַרײַן דעם גאַז, Cyclon B, זאָל זײַן פֿיזיש און מאָראַליש אָפּגעזינדערט פֿון די קרבנות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.